שאלה:
מיר זענען דאך די "עם סגולה"... יעדע שטיק צייט קומט ארויס א נייע סגולה וואס מען קען טון. איז ריכטיג מען זאל טאקע נאכגיין נאך סגולות? עס זענען פארהאן ערליכע אידן וואס לאכן אפ פון סגולות, זאל איך אינגאנצן אפלאכן, ווען יא, ווען נישט, וויפיל יא גלייבן אין א סגולה, וויפיל נישט, וויאזוי דארף מען צוגיין צו די ענין פון קברים, די אלע זאכן וואס ווערן כסדר אנאנסירט אומעטום, וויאזוי דארף איך עס אנקוקן?
הרב ישראל בער שטיין:
דאס איז זייער א וויכטיגע נושא און עס איז דא אסאך צו רעדן פון דעם. כ'וויל נישט לאנג אויפהאלטן, אבער די כלל ביי די זאך איז אזוי, מיר זענען נישט היינט געבוירן געווארן. מיר שטאמען ב"ה פון ערליכע אידן, אונז האבן געהאט ערליכע טאטעס, זיידעס און רבי'ס און מיר ווייסן פונקטליך וואס זיי האבן געטון און וואס נישט - דאס איז קלאר אז אונזערע טאטעס, זיידעס און רבי'ס זענען נישט געגאנגען מיט די אלע זאכן. קלאר אז נישט!
זיי האבן זיך נישט איינגעשריבן אז 10 תלמידי חכמים זאלן טון פאר זיי איין מצוה און אנדערע 10 תלמידי חכמים זאלן טון אן אנדערע ענין. קלאר אז נישט! זיי האבן געגלייבט וואס עס שטייט אין רבינו יונה, אין חובת הלבבות, און אין די פשטות פון די תורה, אז די גאנצע סיבה פארוואס דער אייבערשטער שיקט א שוועריקייט פאר א מענטש, איז נאר כדי ער זאל ווערן נענטער צו אים. דער אייבערשטער וויל יעדער זאל נעמען זיינע פראבלעמען און זיי נוצן זיך מכניע צו זיין און דערנענטערן צו אים!
אונזערע עלטערן האבן אונז געלערנט אין אלע דורות אז מען זאגט תהלים און מען טוט אלעס וואס א איד דארף טון ווען ער איז אין א צרה. מען האט אונז נישט געלערנט צו 'סווייפן' קרעדיט קארטלעך דא און דארט און זיי וועלן שוין מסדר זיין אלע פראבלעמען. דאס איז קלאר קעגן די תורה. פריערדיגע צדיקים וואלטן זיכער ארויסגעקומען מיט א שארפע מלחמה קעגן דעם מצב וואס איז געווארן היינטיגע צייטן. דאס איז זיכער.
נאר וואס דען, עס זענען פארהאן עטליכע דרגות אין דעם. אויב א איד טוט וואס ער האט צו טון, און ער בעט נאך איינער זאל אויך טון פאר אים, פיין און וואויל. דאס זעלבע אויב מען טוט א סגולה וואס א צדיק האט געזאגט, א זאך וואס האט א מקור אין ספרים הקדושים, אודאי אויך גוט.
עס זענען אבער אויך דא זאכן וואס לא שערום אבותינו, אונזערע עלטערן האבן קיינמאל נישט געטון די נייע זאכן וואס מען האט זיך אלץ אויפגעמאכט. ווי דערמאנט פריער איז דא היינט א שפע פון סגולות, קברים, צדיק נסתר, צדיקת נסתרת, און ווי מער 'מיסטיש', 'ספּוקי', שרעקעדיג אדער מאדנע א זאך הערט זיך, אלץ בעסער כאפט מען עס אין אַן עת צרה.
לעצטנס הערט מען פון אלע זייטן סטראשען מיט "עין הרע". ווען איינער רירט זיך נאר, קאלט מען אים אן אז ער האט אן עין הרע. א יונגערמאן, א חבר מיינער, איז געווען לעצטנס אין ארץ ישראל, האט אים איינער געשלעפט אז ער 'מוז' גיין צו איינעם א גרויסן מקובל, יענער זעט ממש יעדע עין הרע, עפעס געוואלדיג! נישט פשוט...
ער קומט אריין צו יענעם, און יענער קוקט פון דא, קוקט פון דארט, און הייבט אן זאגן אז ער זעט גרויסע אויגן, קליינע אויגן, שרעקעדיגע אויגן, אויגן פון נשים, פון שכנים, און נאך און נאך... פרעגט אים דער יונגערמאן, 'דו ביסט עפעס א מקובל, צי א חַכַם?' זאגט יענער, 'יא איך בין א חכם!' זאגט אים דער יונגערמאן, קען זיין דו ביסט א חכם, אבער איך בין נישט קיין טיפש...
אודאי איז דא א מושג פון עין הרע, עס שטייט שוין אין חז"ל און אין שולחן ערוך, און עס שטייט וואס מען האט צו טון. און דעריבער האבן אונזערע רבי'ס און אונזערע זיידעס אויך אכט געגעבן נישט צו זיין אויפפאלנד און ציען אן אומפארגינעריש אויג, און זיך אויך אמאל אמאל געלאזט אפשפרעכן עין הרע.
אבער היינט סטראשעט מען מיט עין הרע יעדן טאג, פאר יעדע שמחה, דאס איז א נייע משוגעת. די גאנצע געדאנק פון אפשפרעכן עין הרע טאג איין טאג אויס איז נישט פארהאן אין אידישקייט, עס איז קיינמאל נישט געווען אין אונזער מסורה.
עס איז נישטא היינט מער עין הרע ווי אמאל!
עס איז דא דערין בכלל א פארווייטאגטע נקודה. עס איז נישט שיין צו זאגן אבער מען מוז דאס זאגן, צוליב די שוואכקייט וואס מענטשן האבן, בפרט ווען מען גייט אדורך א שוועריקייט, צו לויפן צו די אלע חברה.
בידעי ובמכירי, מ'קען נישט זאגן קיין נעמען, אסאך פון די ארגאניזאציעס שרייבן איבעראל דיאגנאזעס, מעשיות און ישועות... עס איז אלעס איין גרויסע ליצנות! די וועלט האט נאכנישט געהאט אזעלכע לצים ווי זיי זענען!
דער עולם ליינט כסדר אזעלכע מעשיות. נישט נאר וואס זיי פאבריצירן מעשיות וואס זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, נאר די גאנצע וועג וויאזוי מען טעראריזירט דעם עולם אז מען מוז זיך איינשרייבן, יעדער איז שוין איינגעשריבן, זיי האבן שוין טויזנטער מעמבערס, דאס איז אלעס הוידל בוידל, זאכן וואס עקזיסטירן בכלל נישט.
עס קען באדערן פאר מענטשן אז מען רעדט אזוי, אבער דאס איז דער מציאות.
ביי אונז האט מען געוואוסט אז מען זאגט אליינס תהלים, מען לערנט אליינס, מען גייט אליינס אין מקוה, און מען דאוונט אליינס. באלד וועט זיין א שבת כולל, צען תלמידי חכמים וועלן האלטן שבת פאר אייך חס וחלילה... אן אנדערער וועט מאכן א מקוה כולל, יענער טובל'ט זיך פאר דיר... עס איז נישט נארמאל וואס מען טוט מיט אונז.
אויב גייט עס אזוי ווייטער, וועט מען דארפן עפענען א כולל פון צען תלמידי חכמים וואס בלייבן נארמאל פאר אייך און אדווערטייזן איר דארפט שוין נישט זיין נארמאל, איר קענט טון אגאנצן טאג סגולות, עס זענען דא א מנין תלמידי חכמים וואס בלייבן נארמאלע פארצייטישע אידן פאר אייך.
מיר האבן א מסורה! ביי אונז האט מען געוואוסט פון תרי"ג מצוות, נישט קיין תרי"ג ענינים אדער תרי"ג סגולות. מיר פארמאגן א תורה און א שולחן ערוך וואס לערנען אונז פונקטליך וויאזוי זיך צו פירן, מיר האבן געהאט רבי'ס און זיידעס וועלכע האבן אונז איבערגעגעבן די מסורה, און מיר ווייסן פונקליך וואס מיר האבן צו טון.
איך וויל מכבד זיין ידיד נפשי רבי אברהם מרדכי, ער האט א גוטע מעשה פון צמח מיט די קברים, זאל ער עס ביטע פארציילן פאר'ן עולם. איר וועט הנאה האבן. דאס איז א גוטע מעשה.
הרב אברהם מרדכי מלאך:
אגב, איר ווייסט, עס איז שוין אויך דא היינט א "כולל וואך-נאכט". שוין גארנישט קיין געלעכטער. ערנסטע תלמידי חכמים זיצן א גאנצע נאכט און עסן ארבעס און טרינקען ביר.
א יולדת האט לעצטנס באקומען א טעלעפאן קאל, 'מזל טוב, אונז זענען "כולל וואכט נאכט", מיר קענען אריבער קומען זיצן ביי אייך א גאנצע נאכט.'
'מיט איין תנאי,' זאגט די יולדות, 'ווען די בעיבי וויינט, גיי איך עסן די ארבעס און איר נעמט קעיר פון די בעיבי.'
צוריק צו אונזער מעשה, וואוינט א תימנ'ער בחור'ל אין ירושלים, מיט'ן נאמען צמח. צמח האט א פעטער אין צפת וואס הייסט דוֹד סעדי'. סעדי' איז דער גבאי פון עפעס א קבר אין צפת. ער שטייט דארט אין אוהל און פארקויפט תהלים'ס, זוהר'ס, חת"ת'ס, ליקוטי אמרים, ליקוטי הלכות, ליקוטי שיחות, דבר המלכות, רויטע בענדלעך, גרינע בענדלעך, מים אחרונים וואסער, שמאטעס פאר די ביימער, טישוס, קוויטל-פאפיר און לעכט, אין איין ווארט, די גאנצע מעשה.
שטייט ער דארט יעדן טאג צו העלפן די מתפללים און ס'פארט א באן.
איין טאג קלאפט צמח אריין ביים פעטער, דוֹד סעדי'. "אה! צמח! וואס הערט זיך?" ווערט דער פעטער אינגאנצן פרייליך.
פרעגט ער: "סעדי', איז דא קוסקוס?" זאגט סעדי', "וואדע, קום אריין כ'וועל דיר געבן קוסקוס."
"האסט אויך ג'חנון? מטבוחה? מתוכא? מיפלֶטא, לֶדא, פאפרענדה, און סחוג? יא, זאגט סעדי' און געבט אים מיט א רחבות אויך פיטא און טחינה. צמח עסט זיך גוט אן און לייגט זיך שלאפן.
אפאר שעה שפעטער שטייט ער אויף און פרעגט, "דוֹד סעדי', ס'איז נאך געבליבן פון די קוסקוס? און ער זאגט אים נעם נאך קוסקוס... ער געבט אים נאכאמאל די גאנצע סעודה, און דער צמח, קע"ה, עסט נאך און נאך. ווען ער האט געענדיגט איז שוין געווען שפעט, איז ער שוין געבליבן שלאפן דארטן ביינאכט. צומארגנס האט זיך איבערגע'חזר'ט די זעלבע מעשה און אזוי ווייטער נאך א טאג און נאך א טאג...
איין טאג זאגט אים דוֹד סעדי', "צמח, 'איטס אווער'. גמרנו. נישטא אזא זאך. דו גייסט נישט וואוינען ביי מיר אויף אייביג. גיי דיר צוריק קיין ירושלים! ווילסט דא וואוינען, גיי ארבעטן!"
"אבער דוֹד סעדי'," ווישט זיך צמח אפ די וואנצעס, "איך האב נישט קיין ארבעט!"
"נישט קיין פראבלעם," זאגט דער גוטער דוד סעדי', "איך האב דא א חמור, אן אייזל, גיי ארבעט מיט'ן אייזל! קענסט שלעפן פעקלעך, טראגן מענטשן, און וועסט זיך פארדינען דיין ברויט."
צמח נעמט דעם חמור און לויפט אראפ אין די שמאלע שטיינערנע געסאלאך פון אלט שטאט צפת, צווישן די שווערע שטיינער בארג אראפ האט זיך דער אייזל געגעבן א קער איבער, א צי אויס און גע'פגר'ט אויפ'ן ארט.
צמח איז באפאלן א פחד. ער ווייסט נישט וואס צו טון. צוריקגיין צום פעטער קען ער נישט, דער פעטער וועט אים געבן אזא זעץ, אז ער וועט גיין מיט'ן חמור צוזאמען... קודם האט ער געשלעפט דעם חמור אין א זייט און אים באגראבן, און ער איז געבליבן שטיין דארט וויינענדיג פארלוירענערהייט.
גייט אדורך אן אלטע באבע און זי זעט א מענטש שטייט ביי א קבר און וויינט. האט זיך די אלטע אפגעשטעלט, ארויסגענומען א תהלימ'ל, און מיטגעוויינט. 10 מינוט שפעטער קומט שוין אן א דריטע באבע, א פערדע, א פינפטע, פלוצים באמערקט צמח ווי ס'איז געווארן דארט א גאנצער עולם און ס'טוט זיך מיט תהלימ'ס, קוויטלעך, לעכט און ס'רינט חלב און שעוה איבעראל ארום...
ווען ער איז צוריקגעקומען צומארגנס האט ער שוין ממש נישט געגלייבט וואס ער זעט. שטייען שווערע מאסן אידן און זאגן תהלים, אנדערע וויינען זיך אויס, ס'הענגט איבעראל ארום גרויסע טאוולעך, "בקשו רחמים...", "די מזונות איז נתנדב לזכות לרפואת...", ביז ביינאכט איז שוין תהלים כולל דארט געווען, און די מאסן האבן געשטראמט א מחי'.
גייט אריבער אפאר טעג און צמח הייבט אן טראכטן, 'וואספארא שוטה בין איך, אידן קומען דא מתפלל זיין, כ'קען דאך בויען דא א אוהל! געגאנגען, צמח האט געבויעט א גרויסע אוהל מיט א מקוה פונעם צדיק, און הייבט אן פארקויפן תהלים'לעך, לעכט קליינע און גרויסע, חלב, שעוה און שמן זית, האנטוכער אויסגענייט "אני הייתי בקבר הצדיק..", שמאטעס פאר די ביימער, כוס של ברכה, און ס'האט זיך געטון דארט לוסטיג און לעבעדיג. ער איז געווארן ביזי דארט ביז איבער'ן קאפ און אינגאנצן פארגעסן פונעם פעטער וועלכער האט אים געשאנקען דעם אייזל.
גייט אדורך צוויי יאר און איין טאג טרעפט אים פלוצים אן נישט קיין אנדערער ווי דער גוטער דוֹד סעדי'! "צמח! וואו ביזטו געווען אזוי לאנג?" זאגט ער "דוֹד סעדי', דו ווייסט, דער חמור וואס האסט מיר געגעבן, געב א קוק דא אויפ'ן אוהל. דארט ליגט ער. דו זעסט דעם גרויסן פארקער? איך מאך היינט מיליאנען אויף אים!"
דוֹד סעדי' קוקט מיט התפעלות און געבט אים א זאג, "דו ווייסט צמח, כ'מיין כ'קען דיר שוין דערציילן מיין סוד. דו ווייסט מיין אוהל מיט מיין צדיק די אנדערע זייט שטאט? דאס איז געווען זיין טאטע..."
הרב ישראל בער שטיין:
אודאי זענען אלע מקומות הקדושים און קברי צדיקים וואס זענען אנגענומען פון פריערדיגע דורות, וואס דער אר"י הק' האט מגלה געווען, אדער ציונים פון תלמידי בעש"ט הק' און פון ווייטערדיגע צדיקי אמת ביז אונזער דור, דאס זענען אלע קודש קדשים.
עס מיינט נאר די ניי-אנטדעקטע מקומות וואס איינער האט זיך גע'חלומ'ט בייטאג אדער ביינאכט און דער עולם לויפט אין די מאסן, ביז דער קומענדיגער דור וועט שוין נישט וויסן צווישן א מקום פון א תנא אדער תלמיד בעש"ט הק' וואס איז קודש קדשים און א מקום וואס איז אדער יא אדער נישט .

הוסף רשומת תגובה