בעיזשינג – אין האנג קאנג, די טעריטאריע וועלכע באלאנגט אפיציעל פאר כינע, ווערט אין די טעג אפגעהאלטן ספעציעלע צערעמאניעס און פאראדעס אפצוצייכענען גאנצע צוואנציג יאר פון ווען די בריטישע רעגירונג האט אויפגעגעבן קאנטראל אויף האנג קאנג און עס איבערגעגעבן פאר דער כינעזער רעגירונג. אפצוצייכענען דעם היסטארישן מאמענט, האט דער כינעזער פרעזידענט, שי דזשינפינג, אפגעהאלטן דארט זיין ערשטן באזוך זינט ער איז ערוועלט געווארן אין יאר 13'. דזשינפינג האט ביי זיין באזוך געגעבן א רעדע, ווען אין דער זעלבער צייט זענען פארגעקומען מאסיווע פראטעסטן אין די גאסן פון האנג קאנג, דורך שטיצער פון דער זעלבסטשטענדיגקייט באוועגונג, וועלכע ווילן אז האנג קאנג זאל זיך אפרייסן פון כינע און זיך אוועקשטעלן אלס אייגן לאנד. ביי דער רעדע האט דזשינפינג געסטראשעט, אז סיי וועלכע שריט צו טשעפען די כינעזער קאנטראל אויף האנג קאנג, "וועט זיין ווי אריבערקרייזן א געפארפולע רויטע ליניע."

בילד: דזשינפינג סטראשעט האנג קאנג בירגער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל