וואשינגטאן – די רעגירונגען פון מער ווי האלב אמעריקאנער סטעיטס האבן דערקלערט אז זיי וועלן איגנארירן א פארלאנג וואס דאס ווייסע הויז האט געשיקט, וועלנדיג באקומען פון די סטעיטס דעטאליזירטע ליסטעס פון אלע רעגיסטרירטע וויילער. צווישן די 29 סטעיטס וועלכע האבן שוין געזאגט אז זיי וועלן נישט צושטעלן די ליסטעס, זענען אויך עטליכע רעפובליקאנער סטעיטס, אריינגערעכנט מיסיסיפי, וועמען'ס סעקרעטערי אוו סטעיט האט שפאטיש דערקלערט, "די טראמפ אדמיניסטראציע קען אריינשפרינגען אינעם גאלף אוו מעקסיקא".

דער פארלאנג צו באקומען די ליסטעס פון אלע וויילער, קומט פון פרעזידענט'ס טראמפ "עלעקשאן אינטעגריטי ראטגעבער קאמיסיע", וועלכע טראמפ האט אוועקגעשטעלט אויסצופארשן וואל שווינדלערייען, און דער פארלאנג האט געזאגט אז די קאמיסיע וויל האבן ליסטעס פון יעדן רעגיסטרירטן וויילער, אדרעסן, וואל היסטאריע און אויך סאושעל סעקיוריטי נומערן, וואס די סטעיטס וואונדערן זיך פארוואס די טראמפ אדמיניסטראציע דארף האבן אזעלכע דעטאליזירטע ליסטעס.

ניו יארק סטעיט באאמטע, צווישן אנדערע, האבן געזאגט אז אויב די פרעזידענטליכע קאמיסיע וויל האבן סתם ליסטעס פון אלע וויילער, קענען זיי דאס שאפן אין עקזיסטירנדע דאטא-באזעס וועלכע איז אפן פאר'ן פובליק דורכ'ן אינטערנעט, אבער טראמפ האט נישט אקצעפטירט דעם אויסרייד, שרייבנדיג אויף טוויטער גאר שארפע אנטוישונג, זאגנדיג אז ער פארשטייט נישט פארוואס די סטעיטס ווילן נישט אויספאלגן די פארארדענונג, "וואס באהאלטן זיי?" – פרעגט דער פרעזידענט אויף טוויטער.

בילד: סטעיטס איגנארירן ווייסע הויז פארלאנג פאר וויילער אינפארמאציע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל