אין פרייליכע נייעס ווערט געמאלדן אז פרעזידענט טראמפ האט אינטערגעשריבן א באפעל צוריק צו עפענען די נאציאנאלע ספעיס קאנסול וואס איז שוין צוגעמאכט פאר קרוב צו 25 יאר.

די נאציאנאלע ספעיס קאנסול איז א קאמיטע וואס קאמוניקירט צווישן אלע אפטיילונגען פון די רעגירונג וואס האט א שייכות מיט ספעיס עקספלאראציע, און אויך מיט די אלגעמיינע באפעלקערונג צו שטעלן די צילן און פארגרינגערן די פראדעצורן.

די היסטאריע ווייסט אז די בעסטע און סוקסעספולסטע מיסיעס זענען געווארן אויסגעפירט ווען די קאמיטע איז געשטאנען.

בילד: פרעזידענט טראמפ עפענעט צוריק די נאציאנאלע ספעיס קאנסול נאכן זיין פארשפארט קרוב צו 25 יאר

מערקט באז אלדרין אויף די רעכטע זייט, באז אלדרין איז געווען צוזאמען מיט ניעל ארמסטראנג אויף אפאללא 11, די ערשטע 2 מענטשן צו זיין אויף די לבנה.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל