דער איראקער וויצע פרעזידענט אייאד אלאווי איז נעכטן ערשינען אויף די ׳סי-ען-ען׳ נעץ ווי ער איז אויסגעפרעגט געווארן איבער די לעצטערע אנטוויקלונגען אין זיין לאנד און אין מיטל מזרח אין אלגעמיין, דער וויצע פרעזידענט האט צווישן אנדערע געזאגט אז אין די יאר׳ן פון פרעזידענט אבאמא האט זיך אנוויקלט א ׳חלל׳ אין פירערשאפט אינעם מיטל מזרח צוליב דעם וואס פרעזידענט אבאמא האט פרובירט צו זיין ווי ווייניגער פארמישט אין ארטיגע פאליטיק, א זאך וואס האט געשאנקן פאר רוסלאנד די אויבערהאנט און בלויז פארשטערקערט די כאאס אינעם ראיאן. ער איז דאן געפרעגט געווארן אויב ער איז מער צופרידן איבער די סטראטעגיע פון פרעזידענט טראמפ און זיין אויסער פאליסי אויף וועלכע ער האט רעאגירט ״ער האט נישט קיין אויסערן פאליסי״ און צוגעלייגט אז קיינער אינעם מיטל מזרח ווייסט נישט וואס ער וויל און וואס די פלאן פון אמעריקע איז, אנווייזנדיג אויף די קריזיס צווישן קאטאר און סאודי אראביע ווי אמעריקע איז געשטאנען אויף ביידע זייטן און האט נישט גענומען קיין קלארע שטעלונג. ער האט געזאגט אז דאס זעלבע איז ווען עס קומט צו איראק הערשט א צומישעניש ווען עס קומט צו קאארדינירן אקטיוויטעטן מיט אמעריקע.

בילד: איראקער וויצע פרעזידענט אייאד אלאווי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל