א שטודיע איבער די פינאנאצן פון אייסיס צייגט אז זיי האבן שוין פארלוירן דעם טיטל פון די ״וועלט׳ס רייכסטע טעראר גרופע״ און דורכאויס די לעצטע יאר האבן זיי פארלוירן איבער 80 פערצענט פון זייער איינקונפט, הויפזעכליך נאכ׳ן פארלירן טעראטאאריע וועלכע ברענגט מיט זיך אויל קוועלער און שטייער זאמלונג, מיט צוויי יאר צוריק האט די טעראר גרופע געהאט אן איינקונפט פון ארום 81 מיליאן דאלער יעדן מאנאט, און היי יאר ווערט די איינקונפט געשאצט ביי ארום 16 מיליאן און איז ערווארטעט צו פאלן נאך.

דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס איראק דעקלערט זיג איבער אייסיס אין מאסול, און גלייכצייטיג פארלירן זיי אויך שטרעקעס פון לאנד אין סיריע אין די צייט וואס די אמעריקאנער געשטיצטע רעבעלן מאכן פארשריט אין ראקא, די געוועזענע הויפטשטאט פון די כאליפאט אין סיריע, אין די לעצטע טעג הערט מען מער און מער אז די טעג פון אייסיס זענען געציילטע, און אזוי אויך הערט מען אז אין די ארגאניזאציע הערשט דעמאראליזאציע און כאאס און די ארגאניזאציע ווייסט נישט וויאזוי צו גיין פאראויס.

בילד: פינאנציעלע פארדינסטן פון אייסיס געפאלן מיט 80 פערצענט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל