צוליב די נייע רעאליטיע וויאזוי מענטשן באקומען זייער נייעס און אינפארמאציע איז געווארן גרינגער ווי סיי ווען צו פיטערן די מאסן מיט פאלשע נייעס, איגטאציעס, און אומבאגרינדעטע שנאה קעגן אידנדיווידועלן און גרופעס. די ערשיינונג איז שטארק ארויפגעקומען אויפ׳ן אויבערפלאך אין לויף פון די לעצטע וואלן אין אמעריקע ווען די סאציאלע מידיע איז געווארן אויסגענוצט דורך רוסישע ספעציאליסטן און דורך אנדערע עקסטרעמיסטן אין אמעריקע צו אנזייען מער צוטיילונג און פאליטישע שנאה דורך פאלשע אינפארמאציע, איבערגעטריבענע פאקטן, און גלאט פאבריצירטע געשיכטעס.

דאס האט אויפגעברענגט דעם ברענעדיגן פראבלעם וואס רופט זיך ״פעיק ניוז״ נעמליך אז פאלשע אינפארמאציע איז נישט בלויז א ליגנט, נאר קען זיין א געפארפולע וואפן פון האסן גרופעס און פאליטישע אינטערעסן צו איינזייען אומזיכערקייט און צומישעניש אין די מאסן צו דינען זייערע אינטרעסן.

אין די לעצטע מאנאטן האבן פולע סאציאלע מידיע פלאטפארמעס ווי פעיסבוק א.ד.ג. פארשפראכן צו אונטערנעמען מאנסאמען צו איינצוימען די ערשיינונג, אבער די דייטשע רעגירונג - ווי מען שטייט פאר א וואל פארמעסט - האט עס גענומען א טריט ווייטער און דורכגעפירט שטרענגע געזעצן וועלכע טוען דאס באצייכנענען אלס קרימינאלע פארברעכן צו פארשפרייטן פאלשע אינפארמאציע, און ארויפגעלייגט דערויף א געלט שטראף פון ביז 50 מיליאן יורא וואס די סאציאלע מידיע פירמעס קענען צאלן אויב זיי טוען נישט קאנטראלירן דעם ערשיינונג. די געזעץ ווערט אויגעלויבט דורך פולע, אבער אויך קריטיקירט דורך געוויסע וועלכע זאגן אז עס קען שטארק איינצוימן דאס פרייהייט פון ווארט.

בילד: דייטשלאנד באשטעטיגט גאר שטרענגע געזעצן קעגן ״פעיק ניוז״

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל