אין די טעג ווערט אפגעצייכנט 20 יאר פון ווען האנג קאנג האט באקומען זעלבסטשענדיגקייט, האנג קאנג איז א טעראטאריע וואס האט באלאנגט צו בריטאניע ביז 1997 ווען זיי האבן איבערגעגעבן קאנטראל פאר כינע איבער די טערארטאריע אבער מיט באגרעניצטע תנאים, צווישן אנדערע אז אירע 7.2 מיליאן איינוואוינער קענען געניסן פון א אויטאנאמיע און פולע דעמאקראטיע, טראצדעם וואס זיי זענען א אינטרגראלע טייל פון כינע, די אפמאך ווערט גערופן די סינא-בריטיש אפמאך אונטער וועלכע האנג קאנג האט באקומען זעלבסשטענדיגקייט פון בריטאניע.

די אפמאך איז ערליך איינגעהאלטן געווארן דורך כינע ביז דער יעצטיגע פרעזידענט טשי איז געקומען צו די מאכט, טשי איז א כינעזער נאציאנאליסט און קען נישט פארטראגן די פאקט אז די איינוואוינער פון האנג קאנג זענען נישט גענצליך געטריי צו די צענטראל קאמוניסטישע פארטיי און פירערשאפט, און זינט ער איז געקומען צו די מאכט פרובירט ער צו אוועקנעמען און פארמינערן די זעלבסטענדיגקייט פון האנג קאנג, א זאך וואס האט שוין געברענגט עטליכע שווערע אינצידענטן אין די לעצטע יארן און פולע פראטעסטן.

אבער די פראוואקאציעס פון פרעזידענט טשי מיט די איינוואוינער פון האנג קאנג איז נעכטן געקומען צו א קלימאקס ווען ער האט אפגעראכן א אויפרייסערישע מיליטערישע פאראדע אין הארץ פון האנג קאנג צו צייגן די מאכט פון כינע, די פאראדע איז געווען די גרעסטע וואס האנג קאנג האט געזען אין איר היסטאריע, און איז געווען א מאינפעסטאציע פון כינעזער נאציאנאליזם און נישט א פייערונג פאר האנג קאנג, ביי זיין רעדע האט טשי געשטעלט די סינא-בריטיש אפמאך אונטער פראגע צייכן און געזאגט אז עס איז ״פראבלעמאטיש״ א סטעיטמענט וואס בריטאניע האט שארף אפגעווארפן און געזאגט אז כינע מוז בלייבן פארפליכטעט צו דעם.

בילד: כינע נעמט שריט צו גענצליך באהערשן האנג קאנג

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל