כינעזער באאמטע האבן גערופן אמעריקע צו באלדיג אפשטעלן די וואפן פארקויף פאר טאיוואן אין די סומע פון 1.4 ביליאן דאלער, דאס קומט עטליכע שטונדן נאכדעם וואס די סטעיט דעפארטמענט האט אנאנסירט איבער דעם פארקויף, דער כינעזער אמבאסאדער אין אמעריקע האט געזאגט ״די כינעזער פאלק איז אויפגעברויזט״

כינע באטראכט טאיוואן ווי א אינטעגראלע טייל פון איר טעראטאריע, און די ארטיגע רעגירונג אלס רעבעלן קעגן די צענטראלע רעגירונג, און זי אנערקענט נישט זייער סאוועראניטעט אבער פירט אויך נישט קיין אקטיווע קאמפ, די רעגירונג אין טאיוואן האלט זיך אויך די לעגיטימע רעגירונג איבער גאנץ כינע און אנערקענט נישט אין די צענטראלע הערשאפט פון בעידשינג.

דער אמבאסאדער האט געזאגט אז די וואפן פארקויף טוט גיין קעגן די גוטע פארשענדעניש וואס איז געשאפן געווארן צווישן די צוויי פירער ביי זייער סאמיט אין מאר-א-לאגא און אז עס באדראעט די באציאונגען צווישן די צוויי לענדער, דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס עס שאפט זיך אנגעצויגנקייט צווישן די צוויי לענדער, דאס לעצטע מאל איז געווען ווען פרעזידענט טראמפ האט אפגענומען א טעלעפאן קאל פון די פירער פון טאיוואן.

אמעריקע טוט פארקויפן טראדיציאנאל וואפן פאר טאיוואן, אבער אזא גרויסע וואפן פארקויף איז פרעצעדענטלאז און רופט ארויס זארג אין כינע, ווי עס שיינט וועט פרעזידענט טראמפ זיך טרעפן מיט׳ן פרעזידענט פון כינע ביי די בעפארשטייענדע דשי-20 סאמיט און עס איז ערווארטעט אז די צוויי פירער וועלן באהאנדלען דעם קריזיס.

Image Alternative Text

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל