ניו יארק – פרעזידענט טראמפ איז פארוויקלט אין אן אנגייענדיגן געפעכט מיט צוויי קאמענטאטארן, וועלכע ארבעטן פאר די ליבעראל-גענויגטע "עם-עס-ען-בי-סי" נייעס אגענטור. די 2, איינער פון זיי דזשאו סקארבאראו, א געוועזענער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן, זענען באקאנטע לאנגיעריגע פריינט מיט טראמפ, אבער זינט ער איז געווארן פרעזידענט האבן זיי זיך אפגעשאקלט פון אים און קריטיקירן אים טעגליך אויף פארשידענע אישוס. טראמפ האט דאנערשטאג מיטגעהאלטן וויאזוי די צוויי האבן אפגעלאכט פונעם פאקט אז ער האט פאלסיפיצירט א "טיים" מאגאזין דעקל מיט זיין געזיכט דערויף, און וועלנדיג רעאגירן צו זייערע קאמענטארן, האט ער ווילדערהייט קאמענטירט אויף "טוויטער", זאגנדיג אז די 2 האבן זיך געבעטן צו פארברענגען מיט אים אינעם מאר-א-לאגא רעזארט און ער האט זיך אנטזאגט. די 2 האבן רעאגירט פרייטאג, אויפדעקנדיג אז טראמפ האט שוין א צייט צוריק געשיקט א סטראשע מעסעדזש מיט דזשעראד קושנער, אז אויב זיי גייען נישט אויפהערן מיט זייער נעגאטיווע דעקונג אויף אים, גייט ער פאראויסשטופן א נעגאטיווע געשיכטע אויף זיי אינעם "נעשאנעל אינקווייערער", א געלע-זשורנאליזם טאבלויד, וועמענס רעדאקטאר איז נאענט מיט טראמפ. טראמפ האט זיי פריש אטאקירט שבת אויף טוויטער, אז עכט זענען זיי נישט קיין שלעכטע, נאר זיי האבן פרעשור צו רעדן נעגאטיוו קעגן אים.

בילד: טראמפ אין געפעכט מיט 2 קאמענטאטארן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל