וואשינגטאן – א באריכט אין דער "מעקלאטשי" נייעס פובליקאציע דעקט אויף איבער אינערליכע רייבערייען וואס קומען פאר צווישן שטאב מיטגלידער פון פרעזידענט טראמפ און שטאב מיטגלידער פון וויצע פרעזידענט מייק פענס. דער באריכט צייגט אז טראמפ שטאב איינגעשטעלטע געטרויען נישט דעם וויצע פרעזידענט'ס שטאב, און פון דער אנדערער זייט ברויזן פענס' שטאב אז פרעזידענט טראמפ'ס געהילפן פאלן דערווייל דורך אין זייערע פרואוון איינצוצוימען דעם פרעזידענט'ס באנוץ פון סאציאלע מידיא און זיינע ווילדע אטאקעס אויף דער מידיא און פערזענליכע אטאקעס קעגן זשורנאליסטן. דער באריכט קומט נאכדעם וואס דזשאש פיטקאק, מייק פענס' שטאב הויפט אין ווייסן הויז, האט געמאלדן אז ער טרעט אפ פון זיין פאזיציע נאך בלויז געציילטע מאנאטן אין ווייסן הויז, און זיין אפטרעטן איז געקומען ווי א שאק, וויבאלד ער איז שוין א נאענטער געהילף און ראטגעבער פאר פענס צענדליגער יארן.


בילד: טראמפ שטאב און פּענס שטאב שלאגן זיך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל