וואשינגטאן – ציפערן וועלכע זענען געזאמלט געווארן פון פאליציי דעפארטמענטס איבער'ן לאנד, צייגן אז אינעם ערשטן האלבן יאר 17' האבן פאליציי אפיצירן שוין געשאסן און אומגעברענגט 492 מענטשן, וואס באדייט אז ביז ענדע יאר וועט דער ציפער זיכער אנקומען צו טויזנט, אויב נישט מער, וואס ס'וועט זיין דאס דריטע יאר אין א צי וואס פאליציי שיסערייען און מארדן וועט גרייכן העכער דעם ציפער. דער חשבון איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורכ'ן "וואשינגטאן פאוסט", וועלכע האלט שוין חשבון אויף פאטאלע פאליציי שיסערייען זינט יאר 15', וואס זיי האבן אנגעהויבן האלטן דעם חשבון נאכדעם וואס דער שווארצער יוגענטליכער מייקל בראון איז געשאסן געווארן דורך פאליציי אפיצירן אין פורגעסאן, מיזורי אין אוגוסט יאר 14', וואס אלס רעזולטאט פון בראון'ס שיסעריי, האט זיך עווענטועל געגרינדעט די "בלעק לייווס מעטער" באוועגונג.

בילד: פאליציי טויטן גייט אנקומען צו 1,000 

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל