אריזאנע – פאליציי אין פרעסקאט וואלי, אריזאנע האבן ארעסטירט א פארשוין וועלכער האט קאנטראלירט א קליינעם דראון העכער א געגנט וואו עס ברענט א שווערע וואלדפייער מיט וועלכע די אויטאריטעטן פלאגן זיך שוין עטליכע טעג. דער פארשוין, אלען קארפענטער (Gene Alan Carpenter), האט זיך ארומגעשפילט מיט א דראון, וועלנדיג כאפן בילדער פון א העלישן וואלדפייער וואס ברענט אינעם גודווין געגנט, אבער זיין דראון שפילערייען האבן געברענגט אז די פייערלעשער האבן געמוזט אפשטעלן אלע געפלאנטע העליקאפטער און וואסער-טאנקער רייזעס העכער'ן פייער, אויס זארג אז דער דראון זאל זיך נישט צוזאמשטויסן מיט זיי. קארפענטער איז שפעטער ארעסטירט געווארן און ער ווערט אנגעקלאגט מיט'ן פארשלעפן די ארבעט צו פארלעשן דאס פייער, שאפנדיג שווערע שאדנס פאר די סטעיט און לאקאלע רעגירונגען.
הוסף רשומת תגובה