פלינט - א גרופע וועלכע רעפרעזענטירט אלע אמעריקאנער פירמעס וועלכע קאנטראלירן אמעריקע׳ס נוקלעארע פלענטס, האט געזאגט אז קיין שום נוקלעארע פלענט איז נישט געווארן סוקסעספול געהעקט אין א לעצטיגע סייבער אטאקע פרואוו. דער סטעיטמענט פון די נוקלעארע ענערדזשי אינסטיטוט קומט נאכדעם וואס די פעדעראלע רעגירונג האט פאריגע וואך מיטוואך פובליצירט א באריכט אין וועלכע זיי האבן געזאגט אז העקערס האבן פרובירט צו צילן עטליכע אמעריקאנער נוקלעארע פלענטס, וואס די אינסטיטוט זאגט אז העקערס האבן טאקע פרובירט, אבער זענען נישט געווען סוקסעספול. אויב וואלט א סייבער אטאקע אויף א נוקלעארע פלענט געווען סוקסעספול, איז דאס געזעץ אז די פירמע, וואס קאנטראלירט די פלענט, מוז עס דערציילן פאר דער רעגירונג׳ס נוקלעארע רעגולאטארי קאמיסיע, וועלכע וואלט פובליצירט א ווארענונג פאר׳ן אמעריקאנער פובליק איבער דער סוקסעספולער סייבער אטאקע.
הוסף רשומת תגובה