ניו יארק - אן ערנסטער טעראר שרעק איז אנטשטאנען פרייטאג נאכמיטאג ווען מ'האט געהערט פון א שיסעריי אינעם ״לבנון שפיטאל״ אין דער בראנקס, וואס האט זיך אבער שפעטער ארויסגעשטעלט צו זיין א געוועזענער אויפגעברויזטער דאקטער פונעם שפיטאל. דער פארשוין, אידענטיפיצירט אלס הענרי בעלאו, וועלכער איז אויפגעזאגט געווארן עטליכע יאר צוריק צוליב פערזענליכע מיסברויכן, איז אריינגעקומען אין שפיטאל אנגעקליידט אין דאקטוירישע מונדירן, באהאלטנדיג א רעוואלווער אינעם טאש, און אינעווייניג אין שפיטאל האט ער געעפנט פייער אין דער דירעקציע פון עטליכע דאקטוירים און קראנקן-שוועסטער, פון וועלכע איין דאקטער איז אומגעקומען און 5 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן. די סצענע האט אויסגעזען ווי א טעראר אטאקע, מיט פאליצייאישע מיליטערישע טרעקלעך און פול-באוואפנטע אפיצירן אינדרויסן פונעם שפיטאל. מען האט געזען רויך ארויסקומען פונעם שפיטאל, וואס איז געווען פון א פייער וואס בעלאו האט אונטערגעצונדן וועלנדיג זיך זעלבסט פארברענען, אבער ער איז דאן באגאנגען זעלבסטמארד דורכן אויסדרייען דעם רעוואלווער און עס נוצן אויף זיך.
הוסף רשומת תגובה