דעם דינסטאג נאכט איז אין "לעס דאקס" קאמפלעקס אין פאריז, פראנקרייך פארגעקומען א היסטארישער כינוס "עטרת צרפת" בהשתתפות ראשי גולת אריאל, כ"ק מרנן האדמו"רים מסאטמאר ומפשעווארסק שליט"א, און פילע הונדערטער אידן מרחבי אייראפע. דער כינוס איז געווען געצילט מחזק צו זיין דאס פראנצויזישע אידנטום נישט נאכגעשלעפט צו ווערן פון ציוניסטישן סוכנות ארויפצופארן קיין ארץ ישראל, וואו ס'ווארט זיי א סכנה פון שמד ח"ו, נאר זיי זאלן בלייבן ווייטער אין צרפת און זיך האלטן ביי אידישקייט לויט זייער מסורה בדרך ישראל סבא. פריער אין טאג איז אפגעהאלטן געווארן א ספעציעלע פילאנטראפישער באנקעט "יחידי סגולה בצל הקודש", אינעם עלעגאנטן "טריאנא פעלעס", געווידמעט בלויז פאר די מערערע מעצענאטן און נגידים, וואס זענען געקומען צו פארן פון דער גארער וועלט, צו שטעלן דעם פינאנציעלן בסיס פאר'ן יהדות צרפת.

בילד: כינוס עטרת צרפת אין פאריז

בילד: סאטמארע רבי אין פאריז

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל