ריא – מישעל טעמער, דער פרעזידענט פון בראזיל, פארלייגט ערנסטע כוחות צו ראטעווען זיין פרעזידענטשאפט, נאכדעם וואס ער איז פארוויקלט אין א סקאנדאל אז ער האט גענומען שוחד געלטער פון איינע פון די גרעסטע פירמעס אין לאנד, וואס אין אויסטויש האט ער געלאזט די פירמע טאן פארשידענע זאכן. די נידריגערע פארלאמענט אין לאנד גרייט זיך אין די קומענדיגע טעג אפצוהאלטן אן אפשטימונג וויאזוי טעמער זאל אויסשטיין די קלאגעס, צי אין סופרים קאורט אדער אין פארלאמענט, און טעמער זעט איין אז זיינע טעג זענען מעגליך געציילטע, פרובירט ער כאטש צו געווינען די שטיצע פונעם פובליק. דאס צו עררייכן, האט טעמער'ס רעגירונג נעכטן געמאלדן, אז זיי וועלן אוועקשטעלן פרישע 1.75 ביליאן דאלער פאר מאסיווע אינפראסטרוקטור פראיעקטן איבער'ן לאנד, וואס וועט צוברענגען טויזנטער דזשאבס און איז א פאפולערע זאך ביי א מערהייט פונעם בראזיליאנער פאלק.

בילד: בראזיל'ס פרעזידענט מישעל טעמער פרובירט זיך צו ראטעווען 

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל