סיריע – די אמעריקאנער-געשטיצטע רעבעלן גרופעס אין סיריע האבן נעכטן באוויזן דורכצוברעכן דעם מויער וועלכע נעמט ארום די אלטשטאט טייל פון דער שטאט ראקא, אין א באדייטנדע טריט פאראויס אינעם קאמפיין צוריקצוכאפן די שטאט פון אונטער די הענט פון דער אייסיס טעראר גרופע. דאס אמעריקאנער מיליטער'ס צענטראל קאמאנד האט באשטעטיגט די נייעס, זאגנדיג אז די עירפארס איז אריינגערופן געווארן דורך די רעבעלן דורכצופירן עטליכע באמבארדירונגען אויף צוויי טיילן פונעם מויער, וועלכע איז באקאנט אלס "די ראפיקא וואנט", און די באמבארדירונגען האבן ערלויבט די רעבעלן אריינצושטורעמען אין אלטשטאט. ראמי אבדוראכמאן פון דער בריטישער "סיריען אבזערוועטארי" גרופע זאגט אז דאס דורכברעכן די וואנט צו אלטשטאט איז די וויכטיגסטע אנטוויקלונג אינעם קאמף אין ראקא, וויבאלד די פארבליבענע אייסיס קעמפער באהאלטן זיך דארטן אויס, און יעצט וועט זיין גרינגער גענצליך צו פארכאפן די שטאט.

בילד: רעבעלן ברעכן דורך מויער ארום ראקא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל