האמבורג – דאס ווייסע הויז האט נעכטן געמאלדן אז דער געפלאנטער צוזאמטרעף צווישן פרעזידענט טראמפ און דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין, אין האמבורג, דייטשלאנד, וועט פארקומען פרייטאג, און עס וועט זיין אן אפיציעלע לענגערע זיצונג – נישט ווי ביז יעצט געקלערט אז ס'וועט בלויז זיין א קורצע שטייענדיגע געשפרעך אין דער זייט פון די דזשי-20 סאמיט. עס וועט זיין דאס ערשטע מאל אין צוויי יאר וואס פירער פון די צוויי לענדער טרעפן זיך פאר אן אפיציעלע זיצונג, וואס דאס לעצטע מאל איז געווען ווען אבאמא האט אפגעהאלטן א גאר אנגעצויגענע און היציגע זיצונג מיט פוטין. טראמפ'ס נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער, עיטש אר מעקמעסטער, האט נעכטן געזאגט אז ס'איז נישטא קיין שום אפיציעלע צוגעגרייטע אגענדע פאר'ן פרעזידענט און פוטין פון וואס צו רעדן, נאר עס וועט זיין אפן צו רעדן פון יעדע זאך וואס דער פרעזידענט וועט באשליסן צו רעדן. מעקמעסטער האט זיך אנטזאגט צו ענטפערן צי דער פרעזידענט וועט אויפברענגען די אישו פון רוסלאנד'ס איינפלוס-קאמפיין אויף די אמעריקאנער וואלן.

הוסף רשומת תגובה