וואשינגטאן – אנגעצויגנקייט הערשט אין וואשינגטאן, איבער'ן לאנד און איבער דער וועלט, נאכדעם וואס דער קאמוניסטישער רעזשים אין צפון קארעא האט מאנטאג שפעט ביינאכט דורכגעפירט א פראבע אויף אן "אינטערקאנטינענטאל באליסטישן מיסיל", וואס איז געווען דאס ערשטע מאל אין דער היסטאריע וואס זיי פירן דורך א פראבע אויף אזא סארט פארגעשריטענעם מיסיל, וואס האט לויט עקספערטן קלאר די מעגליכקייט אנצוקומען צו אמעריקאנער טעריטאריע און צילן אלאסקע – וועלכע איז די נענטסטע פונקט פון די פאראייניגטע שטאטן צו צפון קארעא.

פרעזידענט טראמפ האט אין א מעסעדזש מאנטאג ביינאכט שארף אראפגעריסן דעם פירער פון צפון קארעא, קים יאנג אן, פרעגנדיג "האט דער פארשוין נישט בעסער וואס צו טאן מיט זיין לעבן?", צולייגנדיג אז ער איז זיכער אז יאפאן, דרום קארעא און כינע וועלן מוזן רעאגירן. מען האט אנגעוויזן אז אין יאנואר האט טראמפ געשריבן אויף טוויטער, אז ער האט געהערט באריכטן אז צפון קארעא אנטוויקלט אן אינטערקאנטינענטאל באליסטישן מיסיל, צולייגנדיג א פארשפרעכונג "עס גייט נישט געשען".

פון אלע זייטן הערט מען דרוק אויף דער טראמפ אדמיניסטראציע, אז דאסמאל זאל פרעזידענט טראמפ טאן עפעס ערנסטע שריט, און ווייסע הויז באאמטע האבן געזאגט אז יעדע אפציע איז אויפ'ן טיש, אריינגערעכנט די מעגליכקייט פאר א מיליטערישע אטאקע צו שיקן א ווארענונג פאר צפון קארעא אפצושטעלן מיט די אגרעסיעס. די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן געשיקט א פארלאנג צום יו-ען זיכערהייט קאונסיל צו פארלאנגען אן עמורדזשענסי זיצונג איבער דעם פרישן מיסיל טעסט, און מען ווארט צו זען וואס דער שריט פון פרעזידענט טראמפ וועט זיין.

בילד: צפון קארעא פירט דורך סאמע ערשטן אינטער-קאנטינענטאל באליסטישן מיסיל טעסט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל