פייער צינגען נעמען יעצט ארום די נייע גרויסע בעלזא שול, אויף קלעפטן קאממען שטראסע. מען האט דאס מחדש געווען ווייניגער פון 2 מאנאטן צוריק דורך חסידי בעלזא וואס האבן געהאט די זכיה אז דער בעלזער רבי שליט״א איז געקומען פון ארץ ישראל זיך באטייליגען אין די חנוכת הבית, נאכן בויען דאס בנין קרוב צו 10 יאר.

די ספרי תורה זענען ארויס געראטוועט געווארן ווי אויך אסאך טלית ותפילין. קיין פארוואונדעטע זענען באריכטעט געווארן.

בילד: נייע לאנדאנער בעלזא שול אין פלאמען


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל