דער עסטרייכישער פרעמיער מיניסטער האט נעכטן געזאגט אז ער איז אפן צו די געדאנק פון שטעלן גרעניץ וואך צווישן זיין לאנד און איטאליע צוליב די גרויסע צאל פליכטלונגען און אימיגראנטן וועלכע שווערצן זיך אריין קיין אטאליע דורכ׳ן מיטלענדישער ים, און דאן שפרייזן זיי אריבער די אפענע גרעניצן און טוען שטעלן א געפאר אויף אייראפע, ער האט געזאגט אז ער וועט שוין מעגליך שטעלן די גרעניץ וועכטער אזוי פרי ווי אין די קומענדיגע 72 שטונדן. די מעדלונג האט אויפגעברענגט א שטורעם אין איטאליע און אינעם אייראפעישן פאראיין, דער איטאליענער פרעמיער מיניסטער האט געזאגט אז אזא שריט וועט שטעלן אין געפאר די גאנצקייט פונעם אייראפעישן פאראיין.

אינצווישן טוט די אייראפעישע פאראיין ארבייטן אויף א פלאן צו העלפן איטאליע לעזן דעם קריזיס, און האט שוין צוגעשטעלט אר דעם צוועק 80 מיליאן יורא, לויט די פלאן וועט די פאראיין אויפשטעלן פראיעקטן אין ליביע און אין איטאליע צו אפהאלטן פליכטלונגען פון אונטערנעמען די ריזיקאלישע רייזע אריבער דעם ים וואס האט שוין געקאסט טויזנטער לעבנס, און דורך פינאנצירן פראיעקטן אין אפריקע צו אפשטעלן דעם פלייץ, און אזוי אויך דורך רעגולירן די צאל אימיגראנטן וואס יעדע פון די 28 לענדער אינעם פאראיין זאלן זיין געצווינגען צו ארייננעמען. אין די זעלבע צייט וואס די פארהאנדלונגען קומען פאר האט איטאליע געמאלדן אז אין די לעצטע טאג אליין זענען איבער 50 אימיגראנטן אומגעקומען ווען א שיף האט זיך איבערגעדרייט און די איטאליענער קאוסט גארד האט באוויזן צו ראטעווען בלויז 4 פון זיין.

בילד: פלייץ פון פליכטלונגען אין איטאליע ברענגט אנגעצויגנקייט מיט אייראפעישע שכנים

מאפע: פליכטלונגען און אימיגראנטןשווערצן זיך אריין קיין אטאליע דורכ׳ן מיטלענדישער ים

בילד: פליכטלונגען און אימיגראנטןשווערצן זיך אריין קיין אטאליע דורכ׳ן מיטלענדישער ים

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל