טאג פאר עס לויפט אפ די אולטימאטום וואס סאודי אראביע און אירע איליאירטע האבן געשטעלט פאר קאטאר האט קואוועיט וועלכע פרובירט צו דינען אלס פארמיטלער אינעם קריזיס ארויסגעשטעלט א פשרה וועלכע זי האלט קען ענדיגן דעם קריזיס אן דעם וואס קאטאר זאל נאכקומען אלע פארלאנגען וועלכע זענען געשטעלט געווארן פאר איר, אונטער די פארשלאג וועט קאטאר מער נישט אינטערווענירן אין אינעליכע אנלעגנהייטן פון אראבישע לענדער, און אזוי אויך איר טעלעוויזיע נעץ אל-דשאזירא וועט אויפהערן צו אויסנוצן איר מאכט צו שטופן די אגענדע פון קאטאר, אויסער דעם וואט קאטאר אויך פארטרייבן די פארשטייער פון די מוסלעמענער ברודערשאפט און כאמאס פון איר הויפטשטאט, זי וועט אויך נאכקומען די פארלאנגט פון אפשפארן די טערקישע מיליטערישע באזע אין קאטאר.

די קאמפראמיס וועט איבער נישט פארלאנגען גענצליך צו אפהאקן באציאונגען מיט איראן אדער די פולע שליסונג פון אל-דשאזירא, די אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט געמאלדן אז די פארשלאג פון קואוועיט האט די פולסטשע שטיצע פון אמעריקע און האט גערופן די אראבישע לענדער צו אננעמען דעם פארשטענדעניש. אונטער דעם אפמאך וועט קאטאר אויך ארבייטן נאנטער מיט אמעריקע ווען עס קומט צו באקעמפן טעראר און איבערגעבן די ליסטעס פון טעראר פארדעכטיגעטע פאר די פאראייניגטשע שטאטן.

בילד: קואוועיט שטעלט פאר קאמפראמיס צווישן קאטאר און אראבישע לענדער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל