אין מדינת ישראל איז היינט אפגעצייכנט געווארן א היסטארישע מאמענט ווען צום ערשטן מאל אין די היסטאריע פון די צוויי לענדער איז א אינדיער פרעמיער מיניסטער געקומען אויף א באזוך קיין מדינת ישראל, די באזוך קומט צו אפצייכענען 25 יאר פון ווען די צוויי לענדער האבן אנגעקניפט דיפלאמאטיש פארבינדונגען, און וועט זיין קאנצעטרירט אויף פארשטערקען דיפלאמאטישע, מיליטערישע און עקאנאמישע באציאונגען צווישן די צוויי לענדער, הויפזעכליך אין די פעלד פון טעכנאלאגיע אין וועלכע מדינת ישראל האט א שטארקע אויבערהאנט.

דער אינדיער פרעמיער מיניסטער איז אויפגענומען געווארן מיט א פייערליכע צערעמאניע אינעם לופטפעלד, און האט געגעבן א רעדע אין וועלכע ער האט אונטערגעשטראכן די שטארקע פאטענציאל אין די באציאונגען צווישן מדינת ישראל און אינדיע וועלכע איז אויפ׳ן שוועל פון ווערן די וועלטס גרעסטע לאנד. אינדיע האט אין די ערשטע יארן נישט געהאט קיין באציאונגען מיט מדינת ישראל, און אויך ווען די דיפלאמאטישע באציאונגען זענען שוין אנגעקניפט געווארן האט אינדיע געהאלטן א ווייטקייט פון מדינת ישראל, די באנייטע נאנטקייט קומט פון דעם יעצטיגן פרעמיער מיניסטער נארענדע מאדי וועלכער איז א שטארק סימפאטיקער פון מדינת ישראל.

בילד: פרעמיער מיניסטער פון אינדיע האלט אפ היסטארישע באזוך אין מדינת ישראל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל