רוסלאנד און כינע האבן ארויסגעגעבן א געמיינזאמע פארדאמונג קעגן די לעצטע פראוואקאציע פון נארט קארעא וועלכע האט אויספרובירט א געפארפולע מיסיל וועלכע האט די מעגליכקייט צו גרייכן די פאראייניגטע שטאטן, אבער האבן גלייכצייטיג ארויסגעלייגט א פארשלאג וועלכע קען לייגן אן ענדע צו די נאכאנאנדיגע מיסיל פראבעס, די צווי לענדער האבן שוין אין די פארגאנגנהייט אנגעטראגן אזא אפמאך, נעמליך אז נארט קארעא זאל ארויפלייגן א מאראטאריום אויף זייער מיסיל פראגראם און גענצליך אפשטעלן די נוקלעארע פראבעס און אקטיוויטעטן פאר א שטיק צייט, און אלס אויסטויש זאל אמעריקע און נארט קארעא אפשטעלן אירע ברייטע געמיינזאמע מיליטערישע אפעראציעס און מושטירונגען אינעם קארעאנער האלב אינזל.

אין ליכט פון די נעכטיגע מיסיל פראבע ווערט אויך געהערט פארשידענע עקספערטן אין אמעריקע וועלכע זענען ביי די מיינונג אז עס איז צייט אז אמעריקע זאל עפענען דירעקטע געשפרעכן מיט נארט קארעא פאר זי האנדלט זיך איין די פולע מעגליכקייט צו דראען אויף אמעריקע מיט א נוקלעארע וואפן. א פארשלאג וועלכע פרעזידענט טראמפ אליין האט אויפגעברענגט אין די פארגאנגענהייט און איז מעגליך די איינציגע וועג צו לעזן דעם קריזיס אן דעם וואס עס זאל קאסטן מיליאנען מענטשליכע פאטאליטעטן.

בילד: כינע און רוסלאנד טראגן אן אפמאך צווישן אמעריקע און נארט קארעא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל