די רעזשים פון נארט קארעא האט אין א פייערליכע מעלדונג באשטעטיגט אז זי האט דורכגעפירט נאך א סוקסעספולע מיסיל פראבע, דאסמאל מיט א אינטערקאנטינענטאלע באליסטישע מיסיל, א מיסיל וועלכע איז געפלויגן א הייעך פון 1,741 מייל און א ווייטקייט פון 541 מייל אין 37 מינוט. וואס באדייט אז עס קען באטרעפן די מערהייט פון די פאראייניגטע שטאטן, די מיסיל איז א שטארקע דורכברוך פאר נארט קארעא און צייכנט אפ דראסטישע פארשריט אין איר מיסיל פראגראם.

די יאפאנעזער און אמעריקאנער מיליטער פרובירן יעצט צו דערגיין אויב די מיסיל האט אויך די קאפיציטעט צו טראגן א נוקלעארע שפיץ אזוי ווי די רעזשים זאגט, און אויב יא האנדלט זיך עס פון א געפארפולע און דראסטישע אנטוויקלונג אין די נוקלעארע מעגליכקייט פון די רעזשים, פרעזידענט טראמפ האט אין רעאקציע געשריבן אויף טוויטער ״נארט קארעא האט נאכאמאל דורכגעפירט א מיסיל פראבע, צו האט ער [קים יאנג אָן] נישט בעסער וואס צו טון מיט זיין צייט?״ ער האט אויך אנגעדייטעט אז ער ערווארטעט כינע צו נעמען שריט.

בילד: נארט קארעא פירט דורך פרישע סוקסעספולע טעסט מיט ווייט שטרעקיגע מיסיל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל