לעמבער – אומאידענטיפיצירטע פארשוינען האבן געשאסן א פלאש באמבע אויף א שוהל אין לעמבערג, אוקראַינע, און אין א באזונדערן אינצידענט האבן אנטיסעמיטן אנגעפירקלט אנטי-אידן סלאגאנען אויף א אידישן צענטער אין דער זעלבער שטאט. דער אינצידענט מיט די פלאש באמבע האט שוין פאסירט פאריגע וואך, נאר איז ערשט די וואך מאנטאג באמערקט געווארן, און לויט די באווייזן אויף דער סצענע, האבן די פארשוינען געצילט אויסצושיסן א פענסטער פון דער שוהל געביידע, אבער עס איז זיי נישט געלונגען, ווען די באמבע האט אנשטאט געלאנדעט אויף דער דרויסנדיגער וואנט פון דער געביידע, ברענגענדיג ס'זאל שנעל אויסברענען און נישט שאפן די מינדעסטע שאדנס אינעווייניג אינעם שוהל. דער צווייטער אינצידענט האט פאסירט אויף "שלום עליכם" גאס, וועלכע געפינט זיך אין צענטער פונעם היסטאריש-אלטן אידישן קווארטאל אין לעמבערג, וואו די פארשוינען האבן אנגעפירקלט "אידן, געדענקט יולי 1", וואס איז דער דאטום ווען לאקאלע אוקראַינער רוצחים האבן אינאיינעם מיט די נאציס ימ"ש געלאזט אין גאנג מארד-פאגראמען קעגן אוקראַינער אידן.

בילד: פלאש באמבע אטאקע אויף אוקראַינער שוהל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל