ענגלאנד – וויזניצער מיידל שולעס אין לאנדאן זענען אין געפאר פון ווערן אפגעשפארט דורך די אויטאריטעטן, נאכדעם וואס די שולעס זענען נישט נאכגעקומען געוויסע פארלאנגען פון דער בריטישער רעגירונג. אונטער א געזעץ וואס איז באשטעטיגט געווארן דורכ'ן בריטישן פארלאמענט, מוזן אלע שולעס איבער'ן לאנד לערנען מיט די קינדער פארשידענע אלגעמיינע קולטורעלע לימודים, וואס נעמט אריין שמוציגע לעקציעס איבער חוקי תועבה און אנדערע זאכן וואס זענען קלאר נגד ה' ותורתו – און איבעריג צו זאגן אז די אידישע מיידל שולעס האבן זיך דערזען מיט גרויסע שוועריגקייטן, און האבן אוודאי נישט געלערנט מיט די מיידלעך די אומווערדיגקייטן. האט יעצט די בריטישע "אפיס פאר סטאנדארטן אין ערציאונג" געשריבן א באריכט, אז 3 אידישע מיידל שולעס שטעלן זיך נישט צו צו די פארלאנגטע לימודים, און פארלעצן מיט דעם דאס געזעץ, וואס באדייט אז די שולעס וועלן מעגליך אראפגענומען ווערן פון דער אפיציעלער רעגירונג'ס רעגיסטראציע פון זעלבסטשטענדיגע שולעס, און ס'וועט חלילה צווינגען די שולעס זיך אפצושפארן, ווייל נאר אזעלכע וואס זענען אויף די רעגיסטראציע, מעגן אנגיין.

בילד: לאנדאנער וויזניץ מיידל שולעס אין געפאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל