וואשינגטאן – א ליבעראלע אקטיוויסטן גרופע האט אריינגעגעבן א געריכטליכע אנקלאגע קעגן קריס קאובעטש, דער וויצע טשעירמאן פון פרעזידענט טראמפ'ס קאמיסיע אויסצופארשן וואל שווינדלערייען איבער'ן לאנד. קאובעטש גרייט זיך צו לויפן אלס רעפובליקאנער קאנדידאט אינעם גאווערנאר פארמעסט אין קענסאס אין יאר 18', און די קלאגע קעגן אים נעמט זיך פונעם פאקט אז אויפ'ן וועבסייט פון זיין גאווערנאר קאמפיין, שרייבט ער ארויס אלס איינס פון זיינע מעלות, דער פאקט וואס ער דינט אויף דער ספעציעלער פרעזידענטליכער קאמיסיע. די ליבעראלע "קאמיטע פאר סיוויל רייטס" גרופע זאגט אז קאובעטש האט דערמיט פארלעצט דאס "העטש געזעץ", וואס איז באשטעטיגט געווארן אין 939', וואס פארבאט סיי וועלכן איינגעשטעלטער אין דער פעדעראלער רעגירונג צו אינדארסירן פאליטישע קאנדידאטן, און דא האט קאובעטש, א פעדעראלער איינגעשטעלטער, אינדארסירט זיך אליינס, א פאליטישער קאנדידאט.

בילד: קלאגע קעגן טראמפ וואל קאמיסיע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל