מיזורי – די איינפלוסרייכע דעמאקראטישע מיזורי סענאטארשע קלעיר מעקעסקיל האט דערווייל נישט קיין שום רעפובליקאנער קעגנער צו די בעפארשטייענדע וואלן אין 18' ווען זי וועט לויפן פאר איר סענאט זיץ פאר א דריטן טערמין. דאס קומט נאכדעם וואס די רעפובליקאנער קאנגרעספרוי, ענן וואגנער, האט באשלאסן נישט צו לויפן קעגן מעקעסקיל, נאר אנשטאט וועט וואגנער פארבלייבן אין קאנגרעס. וואגנער איז א לאנגיעריגע פיגור אינערהאלב דער רעפובליקאנער פארטיי, האבנדיג געדינט אלס וויצע-טשעירפרוי פון דער רעפובליקאנער פארטיי און דערנאך עטליכע יאר אלס אמעריקאנער אמבאסאדאר אין לוקסעמבורג אונטער פרעזידענט דזשארדזש דאבעליו בוש. אויך האט וואגנער אין איר פאליטישער קאמפיין קאסע 2.7 מיליאן דאלער, וואס וואלט איר ארויסגעהאלפן אין א קאמפיין קעגן אזא מאכטפולע אינקאמבענט ווי סענאטארשע מעקעסקיל, אבער זי האט באשלאסן נישט צו לויפן פאר'ן סענאט. די רעפובליקאנער האבן אבער אנדערע נעמען וועמען זיי קענען ארויסשטעלן קעגן מעקעסקיל, א שטייגער ווי מיזורי סטעיט אטוירני דזשענעראל דזשאש האולי, קאנגרעסמאן בלעין לוצקעמייער און קאנגרעספרוי וויקי הארצלער.

בילד: מעקעסקיל האט דערווייל קיין קעגנער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל