וואשינגטאן – נעכטן האט מען אין אמעריקע אפגעצייכנט די יולי 4 חאגע, דער טאג וואס די פאראייניגטע שטאטן האט דערקלערט זעלבסטשטענדיגקייט און זיך געגרינדעט אלס אייגן לאנד, און ווי ס'איז איינגעפירט יעדעס יאר, זענען פארגעקומען מאסן צערעמאניעס איבער'ן לאנד, וואו אימיגראנטן זענען איינגעשוואוירן געווארן אלס נייע לעגאלע אמעריקאנער בירגער. אלעס אינאיינעם זענען אפגעהאלטן געווארן 65 צערעמאניעס איבער'ן לאנד, וואו א סך הכל פון פופצן טויזנט אימיגראנטן האבן אפיציעל באקומען זייער בירגערשאפט דאקומענטן, וואס איז לויט די אמעריקאנער רעגירונג'ס "בירגערשאפט און אימיגראציע סערוויסעס" אגענטור מער ווי טאפלט פון פאראיאר יולי 4, ווען בלויז 7 טויזנט זענען געווארן אמעריקאנער בירגער. צווישן די צערעמאניעס נעכטן איז ארויסגעשטאנען דאס וואס אין ווערמאנט האבן די ניי-איינגעשוואוירענע בירגער געהערט אן אויפטריט פון אן אייניקל פונעם אמעריקאנער פרעזידענט קאלווין קולידזש, און אין ניו דזשערסי איז די צערעמאניע פארגעקומען אויפן "יו-עס-עס ניו דזשערסי" מיליטערישע נעווי שיף.

בילד: 15 טויזנט נייע אמעריקאנער בירגער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל