מעין – די צוויי סטעיטס וועלכע זענען די לעצטע דריי טעג געווען אונטער א שאטדאון סטאטוס, נעמליך מעין און ניו דזשערסי, האבן נעכטן געברענגט אן ענדע צו זייערע שאטדאונס, ווען די ארטיגע גאווערנארס האבן אונטערגעשריבן בודזשעטן פאר דעם קומענדיגן פיסקעל יאר. אין ניו דזשערסי האט גאווערנאר קריס קריסטי געענדיגט דראמאטישע 3 טעג אין וועלכע ער האט געליטן שארפע קריטיק פאר'ן פארברענגען געשמאק ביים וואסער, דורכ'ן אונטערשרייבן א 34 ביליאן דאלארדיגן בודזשעט, און דער רעפובליקאנער מעין גאווערנאר פאול לעפעידזש האט אין א קורצן סטעיטמענט בלויז געמאלדן אז ער האט אונטערגעשריבן א בודזשעט פאר'ן קומענדיגן פיסקעל יאר. עס זענען געווען אין די יעצטיגע טעג 9 סטעיטס וועלכע האבן נישט געהאט באשטעטיגט קיין פרישן בודזשעט באצייטנס, אבער נאר די דערמאנטע צוויי זענען אריין אין א שאטדאון. צווישן די 9 סטעיטס האט אויך ארויסגעשטארט אילינאי, וואו דער רעפובליקאנער גאווערנאר ברוס ראונער האט וועטאאירט א בודזשעט וואס האט אנטהאלטן 5 ביליאן דאלער אין שטייער העכערונגען, אבער די סטעיט סענאט האט אפגעווארפן זיינע וועטאאירונגען, און האט באשטעטיגט דעם בודזשעט.

בילד: צוויי סטעיטס ענדיגן שאטדאונס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל