מינעסאטע – דער ריכטער וועלכער האט אנגעפירט מיט'ן דזשורי פראצעס קעגן דעם פאליציי אפיציר וועלכער האט געשאסן דעם שווארצן מאן, פילאנדא קעסטיעל, האט געשריבן א בריוו אין וועלכע ער פארטיידיגט דעם באשלוס פון דער דזשורי צו דערקלערן דעם פאליציי אפיציר ריין פון מארד קלאגעס. קעסטיעל איז געשאסן געווארן פאראיאר זומער אין אן אינצידענט וואס האט געברענגט אן אויפגעברויזטע רעאקציע ביי שווארצע מאסן איבער'ן לאנד, צוליב'ן פאקט אז קעסטיעל האט אויסגעפאלגט אלע אנווייזונגען פונעם אפיציר נאכדעם וואס ער איז אפגעשטעלט געווארן פאר א טראפיק פארלעצונג. א דזשורי האט פאריגע וואך דערקלערט דעם אפיציר דזשעראנימא יאנעז ריין פון מארד קלאגעס פאר'ן אומברענגען קעסטיעל, וואס די דזשורי אורטייל האט געברענגט פרישן אויפברויז, אבער ריכטער וויליאם ליערי שרייבט אין זיין בריוו אז די דזשורי איז נישט געבעטן געווארן צו אורטיילן צי ראסיזם עקזיסטירט אין אמעריקע, נאר בלויז פשוט צי אפיציר יאנעז איז באגאנגען א קרימינאלע אקט מיט'ן שיסן קעסטיעל, און דעריבער האבן זיי מיט רעכט געאורטיילט אז נישט.

בילד: ריכטער פארטיידיגט קעסטיעל דזשורי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל