ברוקלין – צוויי גאר באקאנטע גענעראלן פון די קאנפעדערעיט ארמיי פארמאגן גאסן אויף זייער נאמען אין א שטאט וואו מען וואלט עס דאס ווייניגסטע דערווארט: ברוקלין. יא, אין דער ליבעראלער, היסטאריש-דעמאקראטישער שטאט ברוקלין, איז דא איין גאס ביים נאמען סטאונוואל דזשעקסאן דרייוו און א צווייטע גאס ביים נאמען דזשענעראל ראבערט לי עוועניו, וואס די צוויי זענען געווען באקאנטע גענערעלער וואס האבן געדינט אין דער ארמיי פון די קאנפעדערעיט שטאטן, וועלכע האבן זיך אפגעריסן פון די פאראייניגטע שטאטן ביי דער אמעריקאנער בירגער קריג. אצינד האט זיך אנגעהויבן א קאמפיין דורך עטליכע סיטי קאונסיל מיטגלידער און ניו יארק סיטי קאנגרעסלייט, מען זאל טוישן די נעמען פון די גאסן, ווייל עס פאסט נישט אז אזא שטאט ווי ברוקלין זאל באעהרן צוויי פערזענליכקייטן וועלכע האבן געגלייבט אין ווייסן-סופּרעמיסיזם און אין קנעכטשאפט – דאס קומט אין א צייט פון א נאציאנאלן קאמפיין אראפצונעמען מאנומענטן וואס שטייען אין עהרע פון פארשידענע קאנפעדערעיט פיגורן.

בילד: קאמפיין קעגן קאנפעדערעיט גאסן נעמען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל