קאליפארניע – די "עפל" פירמע פארנעמט זיך מיט שאפן טעכנאלאגישע מאשינקעס און סאפטוועיר, אבער אין קאליפארניע האט זי אין די יעצטיגע וואכן און מאנאטן א שטארקן אימפאקט אויפן ריעל עסטעיט מארקעט, ספעציפיש אין דער קופערטינע געגנט. עפל בויט שוין עטליכע יאר א נייע מאסיווע קאמפלעקס פון געביידעס וואס וועט דינען אלס אירע הויפטקווארטירן, וואס זי רופט עס "עפל פארק". דער צענטערפונקט פונעם קאמפלעקס, וועלכע וועט אויפנעמען 175 אקער-לאנד, באשטייט פון א קאלאסאלער געביידע אין פארעם פון א רינג וועלכע קען געזען ווערן דורך אסטראנאטן אין ספעיס, און אומצאליגע קלענערע געביידעס אינעווייניג אינעם רינג, וואס אלעס אינאיינעם וועט עס האבן אפגעקאסט מער ווי 5 ביליאן דאלער און עס וועלן דארטן ארבעטן צוועלף טויזנט מענטשן. איינוואוינער אין קופערטינע נעמען אצינד שוין ארויס ערנסטע בענעפיטן, ווען פרייזן פון ליידיגע הייזער און ריעל עסטעיט דעוועלאפמענטס ווערן ארויפגעשרויפט צוליב דעם דערווארטעטן פלייץ פון עפל ארבעטער, עפל ענטוזיאסטן און סתם טוריסטן.

בילד: עפל פארק העלפט קאליפארניע ריעל עסטעיט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל