ניו יארק – פאליציי לענגאויס ניו יארק סיטי האבן זיך נעכטן איבער'ן טאג דערזען מיט אן ערנסטן פראבלעם, ווען אפיצירן זענען נאכאנאנד געלאפן צו שיסעריי סצענעס, און אנקומענדיג האבן זיי געטראפן בלויז אומשולדיגע מענטשן אינמיטן פייערן דעם יולי 4 חאגע און שפילנדיג זיך מיט פייערווערק. דער מאדנער פענאמען האט זיך געשאפן אלס רעזולטאט פון די ספעציעלע שיסעריי סענסארס וועלכע זענען אויסגעלייגט געווארן אין פילע טיילן פון דער סיטי אלס רעזולטאט פון די פארמערטע שיסעריי אינצידענטן. די סענסארס, גערופן "שאט-ספּאטערס", דערשפירן דעם קול און דאס וויברירן פון א קויל וואס ווערט ארויסגעשאסן, און אויטאמאטיש שיקן די סענסארס אן אלערט צו די נאענטסטע פאליציי סטאנציע און אזוי קענען אפיצירן רעאגירן צו א שיסעריי סצענע נאך איידער איינער האט אפילו צייט צו רופן 911. דער פראבלעם נעכטן איז געווען אז פייערווערק געבן ארויס אן ענליכן קול און אן ענליכע וויברירנדע סענזאציע ווי קוילן פון א רעוואלווער, זענען דעריבער די סענסארס געגאנגען כאדאראם און באריכטעט "שיסערייען" יעדע פאר מינוט.
הוסף רשומת תגובה