אין א פרישע שריט פון די רוסישע רעגירונג פרובירן זיי צו איינצוימען די מעגליכקייט פון זיך באנוצן אנאנים מיט די אינטערנעט דורך לייגן א פארבאט אויף באשוצטע אינטערנעט פארבינדונג באקאנט אלס ווי-פי-ען א מעטאד וועלכע פארדעקט די אנליין אקטיוויטעטן פון די באנוצער און די רעגירונג האט נישט קיין צוטריט דערצו, די געזעץ איז אריבער אין פארליאמענט מיט׳ן אויסרייד אז דאס וועט באגרעניצן די מעגליכקייט פון עקסטרעמיסטן וועלכע שטעלן א טעראר געפאר, אבער אפאזיציע פראטעסטירער אין רוסלאנד זאגן אז די ציל איז צו באגרעניצן די פרייהייט זיך צו אויסדרוקן קעגן די רעגירונג. די געזעץ טוט אויך ארויסשטעלן פון באנוץ פארשידענע אנליין פלאטפארמעס ווי מען קען שיקן אנאנימע מעסעדשעס און אזוי ווייטער. אין רוסלאנד איז דא א שטרענגע צענזור אויף צייטונגען און אויף אינטערנעט, א ענליכע געזעץ איז דורכגעפירט געווארן לעצטנס אין כינע.

בילד: רוסלאנד לייגט ארויף באגרעניצונגען אויף אינטערנעט באנוץ



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל