די רעפובליקאנער אין סענאט האבן געהאט א שוואכע סעסיע ווען עס קומט צו לעגיסלאטיווע סוקסעס, אבער ווען מען רעדט פון אויפטרייבן פאליטישע געלטער זענען זיי פיל בעסער, און האבן אין די לעצטע קווארטאל אליין אויפגעטריבן 17 מיליאן דאלער פאר א פאנד וועלכע איז געצילט צו געווינען זיצן פאר די רעפובליקאנער אין סענאט, די קאסע פון די ״סענאט פירערשאפט פאנד״, א סופער פעק וועלכע דינט די רעפובליקאנער אינטערעסן אין סענאט, פארמאגט יעצט קנאפע 22 מיליאן דאלער וועלכע די רעפובליקאנער זוכן צו אויסנוצן אין א פארזוך צו געווינען ארום 10 זיצן וועלכע ווערן געהאלטן דורך דעמאקראטן אין דיסטריקטס וואו דאנעלד טראמפ האט געווינען, און אזוי אויך צו באשיצן צווי זיצן אין נעוואדע און אין אריזאנע וועלכע זענען אין געפאר צו אריינפאלן צו די דעמאקראטן.

די סוקסעס פון די סופער פעקס זענען א שטארקע געצייגט פאר דעם מאיאריטעט פירער מיטש מעקאנעל וואס קאנטראלירט די געלטער, און ער קען עס נוצן צו צווינגען אדער איבערצייגן רעפובליקאנער סענאטארן זיך צו צושטעלן צו די לעגיסלאטיווע אגענדע פון די פירערשאפט. די סופער פעקס ווארטן נישט ביז די מיד-טוירם וואלן, און טוען שוין לופטערן רעקלאמעס קעגן די דעמאקראטן אין סענאט, אין א פארזוך צו אנלייגן אויף זיי די שולד פארוואס די רעפובליקאנער אין סענאט קענען גארנישט דורכפירן.

טבלא: סענאט רעפובליקאנער טרייבן אויף 17 מיליאן דאלער אין פאליטישע פאנדן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל