די כינעזער אויסערן מיניסטעריום האט שארף אראפגעריסן דאס וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טראמפ האט געשריבן אויף טוויטער אין ליכט פון די לעצטע מיסיל פראבע פון נארט קארעא, דער פרעזידענט האט געשריבן ״איך בין זייער אנטוישט פון די פירער פון כינע, זיי טוען גארנישט איבער נארט קארעא, אונזערע פירער האבן אין די פארגאנגנהייט זיי געלאזט מאכן הונדערטער ביליאנען דאלער אויפ׳ן חשבון פון אמעריקע, מיר קענען דאס מער נישט צולאזן, כינע קען גרינגערהייט לעזן דעם פראבלעם״ און דערמיט אנגעדייטעט אז ער וועט מעגליך איינצוימען האנדל מיט כינע ביז זיי נעמען שארפערע שריט קעגן נארט קארעא.

די כינעזער אויסערן מיניסטעריום האט אין א סטעיטמענט שארף אפגעווארפן די קריטיק און געזאגט אז אנשטאט זוכן צו טרעפן א לעזונג טוט דער פרעזידנט אומזיסט ווארפן די שולד אויף כינע, עס צייגט אן אז אמעריקע און כינע פארדינען אייניג פון די געמיינזאמע האנדל און פארבינדן האנדל צו די פראבלעם פון נארט קארעא וועט ברענגן שאדן פאר ביידע זייטן, זיי האבן צוגעלייגט אז כינע טוט אויספאלגן אלע סאנקציעס פון די פעלקער פאראיין און זוכט צו טרעפן א לעזונג אינאיינעם מיט די אינטערנאציאנאלע געמיינדע.

די רוסישער אויסערן מיניסטעריום האט אויך ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אין וועלכע זיי האבן באשולדיגט אמעריקע אז זיי פרובירן צו זיך אפשאקלן פון זייער פאראנטווארטליכקייט און עס אומזיסט אנווארפן אויף כינע, און געזאגט אז אמעריקע זוכט צו אונטערצינדן דעם ראיאן אנשטאט זוכן א פרידליכע לעזונג.

טראמפ טוויט: איך בין זייער אנטוישט פון די פירער פון כינע, זיי טוען גארנישט איבער נארט קארעא, אונזערע פירער האבן אין די פארגאנגנהייט זיי געלאזט מאכן הונדערטער ביליאנען דאלער אויפ׳ן חשבון פון אמעריקע, מיר קענען דאס מער נישט צולאזן, כינע קען גרינגערהייט לעזן דעם פראבלעם



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל