נאך לאנגע מאנאטן פון פראטעסטן און ראיאטן, באגלייט מיט אינטערנאציאנאלע פארדאמונגען, איז די רעזשים אין ווענעזועלע ווייטער געגאנגען נעכטן מיט די רעפרענדום אין וועלכע עס איז ערוועלט געווארן א נאציאנאלע אסעמבלי, א שריט וועלכע איז געצילט צו פארשטערקערן די מאכט פון די רעזשים און פון די סאציאליסטישע פארטיי וועלכע רעגירט אין לאנד, די רעפערענדום איז באיאקאטירט געווארן דורך די אפאזיציע און ווערט באטראכט ווי א פרואוו צו ענדיגן דעמאקראטיע אין דאס לאנד וועלכע פלאגט זיך מיט א שווערע ארימקייט און הונגער קריזיס.

די רעגירונג האט נעכטן ארויסגעגלייגט די ציפערן אז 8 מיליאן בירגער האבן זיך באטייליגט ביי די רעפערעדנום, וואס באדייט ארום 41% פון די שטים בארעכטיגטע אין ווענעזועלע, אבער די אפאזיציע זאגט אז די ציפערן זענען ווייט פון ריכטיג און אייגנטליך זענען ארויסגעקומען צווישן 2 און 3 מיליאן וויילער, דרויסנדיגע גרופעס וועלכע האבן באאבאכט די שטים בודקעס זענען ביי די מיינונג אז ארום 3.6 מיליאן האבן זיך באטייליגט, וואס מיינט ארום 18% פון די שטים בארעכטיגטע.

די וואל טאג איז געווען באגלייט מיט ראיאטן און פראטעסטן, די אנטי-מאדורא פראטעסטירער האבן בלאקירט גאסן און אפגעהאלטן פון צוקומען צו די שטים בודקעס, און פאליציי האט גענוצט גאר שטארקע מאכט, אמווייניגסטנס 8 פראטעסטירער זענען אומגעקומען פון די פאליצייאישע ברוטאליטעט, די אמעריקאנער פארשטייערין אין פעלקער פאראיין ניקי העילי האט געזאגט אז אמעריקע און די אינטערנאציאנעל געמיינדע נעמען נישט אן די רעזולטאטן און גערופן מאדורא צו אפטרעטן פון אמט.

בילד: אויסגאנג אין ווענעזועלע רעפערענדום צינדט אן פרישע קריג צווישן רעזשים און אפאזיציע



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל