דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט נעכטן זונטאג געמאלדן אז דער אמעריקאנער דעלעגאציע אין מאסקווע איז פארארדנט געווארן צו שניידן איר שטאב מיט 755 דיפלאמאטן, טראץ די טערמינילאגיע פון ׳דיפלאמאטן׳ איז די מערהייט פון די ארבייטער ארטיגע איינוואוינער וועלע ארבייטן פאר די אמבאסאדע אין פארשידענע פונקציעס, דאס באדייט אז די שטאב וועט געשניטן ווערן פון ארום 1,200 צו ארום 500 שטאב מיטגלידער, אזויפיל וויפיל רוסלאנד פארמאגט אין אמעריקע נאכדעם וואס די אבאמא אדמיניסטראציע האט פארטריבן א טייל פון די רוסישע דיפלאמאטן.

די איראניע איז אז די מערהייט פון די אפגעזאגטע שטאב מיטגלידער וועלן זיין רוסישע בירגער, א גרויס טייל פון זיי זענען אזעלכע וואס טוען פיזיש ארבייט אין די אמבאסאדע געביידע ווי עלעקטיערשאנס און פלאמערס, און אזוי אויך קאנטראקטערס וואס געבן זיך אפ מיט די אויפבוי פון א נייעם פליגעל פאר׳ן אמבאסאדע. און אזוי אויך וועט עס פארשווערן פאר רוסישע בירגער וועלכע ווילן מאכן געשעפטן מיט אמעריקע צו באקומען א וויזע א.ד.ג.

די שריט קומט אלס נקמה פאר די שריט וואס פרעזידענט אבאמא האט גענומען מיט עטליכע מאנאטן צוריק אלס רעאקציע צו די רוסישע אינטערווענץ אין די אמעריקאנער וואלן, די נקמה איז פארשפעטיגט געווארן מיט די האפענונג אז טראמפ וועט צוריקדרייען די סאנקציעס, אבער נאכדעם וואס קאנגרעס האט דורכגעפירט פאריגע וואך פרישע סאנקציעס, און פרעזידענט טראמפ האט אנגעדייטעט אז ער וועט עס באשטעטיגן, האט פוטין גענומען די לאנג ערווארטעטע שריט.

בילד: רוסלאנד טוט פארארדענען אמעריקע צו שניידן אמבאסאדע שטאב מיט 755 ארבייטער



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל