טראץ וואס פרעזידענט טראמפ דורכאויס זיין קאמפיין און איוך אלס פרעזידענט האט נאכאנאנד אראפגעריסן און קריטיקירט דעם נוקלעארן אפמאך וואס די אבאמא אדמינסטראציע האט געשלאסן מיט איראן, האט אבער דאס ווייסע הויז קלארגעמאכט אז דערווייל האלטן זיי זיך ביים אפמאך, וואס באדייט אז די סאקנציעס קעגן איראן וועלן ווייטער פארלייכטערט ווערן ווי עס פארלאנגט זיך לויט׳ן אפמאך, דאס ווייסע הויז וועט שיקן איר מייונג צו קאנגרעס אין וועלכע זיי וועלן באשטעטיגן אז איראן האלט זיך ביי די טערמינען פון די אפמאך, טראץ וואס די ווייסע הויז האט עטליכע מאל קלאר געמאכט אז איראן פירט זיך אנדערש ווי די ״ספיריט״ פונעם אפמאך, וואס באדייט אז זי קומט טעכניש נאך די פארלאנגען, אבער האט נישט געטוישט איר וועג פון טעראר און זי איז נאך אלס א פיינטליכע רעזשים.

אין די סטעיטמענט פון די סטעיט דעפארטמענט האבן זיי אונטערגעשטראכן אז די אדמינסטראציע פלאנט נאך צו אדרעסירן די פולע געפארן וועלכע איראן שטעלט צו אמעריקע און צו אירע אליאיארטע אינעם ראיאן, און וועט אויסארבייטן א סטראטעגיע צו באשטראפן איראן פאר אירע טעראר אקטיוויטעטן וועלכע טוען דע-סאביליזירן דעם מיטל מזרח, אבער אין צווישן וועט די אדמינסטראציע זיך האלטן געטריי צו די אפמאך וועלכע די אבאמא אדמינסטראציע האט געשלאסן אינאיינעם מיט די וועלט מאכטן. די אדמיינסטראציע וועט אבער ארויפלייגן פרישע סאנקציעס אויף 16 פארשידענע מיליטערישע קערפערשאפטן און ארגאניזאציעס אין איראן וועלכע זענען פארבינדן מיט טעראר.

בילד: ווייסע הויז וועט באשטעטיגן אז איראן האלט זיך צום נוקלעארן אפמאך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל