נעכטן איז ענדגילטיג קלאר געווארן אז די רעפובלליקאנער קענען זיך נישט פאראייניגן אויף א געמאסטענע פלאן צו ערזעצן אבאמאקעיר נאכדעם וואס צוויי רעפובליקאנער סענאטארן זענען ארויסגעקומען אין די עפנטליכקייט און דערקלערט זייער קעגנערשאפט צום פלאן וואס ליגט יעצט אויפ׳ן טיש. סענאטאר דשערי מאראן פון קענזעס, און סענאטאר מייק לי פון יוטא האבן ביידע געזאגט אז זיי קענען נישט שטיצן א פלאן וואס וועט עפעקטיוו אוועקנעמען מעדיצינישע דעקונג פון מיליאנען אמעריקאנער וועלכע זענען אנגעוויזן אויפ׳ן מעדיקעיד פראגראם.

אין ליכט פון דעם האט פרעזידענט טראמפ פארגעשלאגן אז אנשטאט אויפקומען מיט אן ערזאץ נאך פאר מען טוט אויפלעזן אבאמאקעיר זאל סענאט ליבערשט קודם שטימן צו אויפלעזן אבאמאקעיר און דאן וועלן זיך ביידע פארטייען צונויפקלייבן צו אויפקומען מיט א אלטערנאטיוו. די פלאן האט אבער אויך נישט גענוג שטיצע און עטליכע רעפובליקאנער סענאטארן זענען היינט עפנטליך ארויסגעקומען דערקעגן און געזאגט אז מען קען נישט לאזן אמעריקע אן קיין העלט קעיר געזעץ אין פלאץ. אצינד זעהט אויס אז די איינציגע וועג פאראויס איז פאר די רעפובליקאנער צו אריינלייגן ענדערונגען אין אבאמא קעיר אויף וועלכע עס איז דא קאנצענזוס, אבער זיי האבן נישט די נויטיגע צאל שטימען צו גיין פאר א פולשטענדיגע אויפלעזונג און ערזאץ.

בילד: פרעזידענט טראמפ רופט קאנגרעס צו אויפלעזן אבאמאקעיר אן א ערזאץ

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל