די פארזיצערין פון די הויז בודשעט קאמיטע קאנגרעספרוי דיאנע בלעק האט ארויסגעלייגט אן אמביציעזע בודשעט פלאן אויף וועלכע די פירערשאפט אין קאנגרעס פלאנט צו ארבייטן אין די קומענדיג וואכן צו ווערן באשטעטיגט, עס נעמט אריין טיפע שטייער שניטן, אבער אויך פולע שניטן פון פארשידענע אפטיילונגען אין די פעדעראלע רעגירונג, א זאך וואס וועט פאדערן א שטארקע פאליטישע קאמפ צו דורכפירן, עס איז ענדליך צו די פלאן וואס דאס ווייסע הויז האט אריינגעגעבן פאר קאנגרעס מיט א צייט צוריק, אונטער וועלכע פארטיידיגונג אויסגאבן שטייגן און כמעט אלע אנדערע רעגירונג אפטיילונגען ווערן געשניטן.

לויט די פלאן וועט מיליטערישע אויסגאבן שטייגן אין די קומענדיגע צען יאר, אין די זעלבע צייט וועט די גאנצע פעדעראלע רעגירונג איינשרימפען און וועט ביי די ענדע פון צען יאר האבן א יערליכע בודשעט פון 424 ביליאן, מיט 23 פערצענט נידריגער ווי די יעצטיגע 554 ביליאן דאלער וואס די פעדעראלע רעגירונג שפענדעט יערליך. אבער עס טוט ברעכן די צוזאג פון די אדמינסטראציע נישט צו שניידן מעדיקעיד און פוד-סטעמפס, די יעצטיגע בודשעט שלאגט פאר טיפע שניטן אין ביידע פראגראמען, צווישן אנדערע קריטישע וויכטיגע אנטי-ארימקייט פראגראמען פון די פעדעראלע רעגירונג.

דער פלאן שאצט אז א דאנק די שטייער שניטן וועט די אלגעמיינע עקאנאמישע וואקסן מיט א ראטע פון 2.6 פערצענט, נידיגער ווי די געשאצטע 3 פערצענט וואס די ווייסע הויז האט ארויסגעלייגט אין איר בודשעט, אבער העכער ווי די אומפארטייאישע שאצונג פון די קאנגרעסיאנעלע בודשעט אפיס וואס האט עס געשטעלט ביי 1.9 פערצענט, נישט גענוג אויף צו דעקן דעם לאך פון שטייער שניטן. אלעס אינאיינעם טוט די ביל שניידן ארום 200 ביליאן דאלער אין פעדעראלע ספענדינג, און טוט נידערן אינדיווידועלע און ביזנעס שטייערן מיט ארום צען פערצענט אין אלגעמיין.

בילד: רעפובליקאנער געזעצגעבער וויקלן אויף 2018 בודשעט און שטייער שניטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל