בילד: אייק קאוועלאדז

די שטורעם ארום די זיצונג פון די טראמפ קאמפיין מיט די רוסישע לויערקע טוט נאך אלס מאכן כוואליעס אין די מידיע, און ווי עס שטעלט זיך ארויס זענען דארט געווען 8 באטייליגטע, מער ווי מען האט ארגינעל געמיינט, דעם פרייטאג איז ארויסגעקומען די נייעס אז צווישן די באטייליגטע האט זיך געפונען א רוסישער לאביאיסט, און היינט האט די מידיע אויפגעדעקט אז דער אכטער פארשוין איז אייק קאוועלאדז (Irakly "Ike" Kaveladze). א הויכראנגיקער באאמטער אין א פירמע וואס געהערט פאר דעם רוסישער אליגארך עמין אגאלאראוו, דער אליגראך וועלכער האט ארגאניזירט דעם זיצונג, און האט נאנטע פארבינדונגען מיט די טראמפ פאמיליע.

לויט וואס מען ווייסט יעצט האבן זיך ביי די זיצונג באטייליגט פון די קאמפיין׳ס זייט דשערעד קושנער, פאול מאנאפארט, און דאנעלד טראמפ דשוניאר, דער פובליציסט און אקטיוויסט ראב גאלדסטאן, דער רוסישער לאביאיסט רינאט אקמעטשין, וועלכע האט געדינט אלס דאלמעטשער, קאוועלאדז האט זיך דארט געפונען צו פארטרעטן אגלאראוו, און זיין אדוואקאט האט געזאגט אז ער וועט קאאפערין מיט די ספעציעלע אויספארשער ראברעט מולער וועלכער האט געשיקט א נאטיץ צו זיין אדוואקאט אז ער וועט אים בעטן צו עדות זאגן איבער די אינהאלט פון די געשפרעכן ביי די זיצונג.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל