מיט ארום צוויי יאר צוריק האט גוגל געמאלדן אז זי וועט שליסן איינע פון אירע רעוואלוציאנערישע און פארגעשריטענע פראיעקטן, נעמליך די ׳גוגל-גלאז׳ פראיעקט, אונטער וועלכע זיי האבן פאבירצירט אויגן גלעזער וועלכע האבן געארבעט ווי א סקרין ווען נויטיג און געשיקט דערמאנונגען און אינפארמאציע דירעקט צו די אויגן, א זאך וואס קען טוישן די וועג וויאזוי מענטשן ארבייטן אויף קאמפיוטערס און באנוצן זיך מיט סמארטפאונס, די פראיעקט האט אבער אויסגעקוקט ווי עס ארבייט זיך נישט אויס און גוגל האט אויפגעהערט פארקויפן די גלעזער, און אירע קאנקורענטן האבן אינצווישן פרובירט צו אנטוויקלן א פארבעסערטע ווערסיע פון די טעכנאלאגיע.

היינט האט אבער גוגל אויפגעדעקט אז אירע לאבארטאריעס האבן אייגנטליך נישט אויפגעהערט די אנטוויקלונגען און פראבעס פאר א פארגעשריטענע גלעזער וועלכע קען פיטערן דעם באנוצער מיט וויכטיגע אינפארמאציע און דינען אלס אינטעראקטיווע אפאראט אין א ארבייטספלאץ. די קומענדיגע ווערסיע וועט אבער זיין געצילט פאר פראפעסיאנעלן און נישט פאר די מאסן, עס וועט זיין געצילט פאר בוי-ארבייטער, ארכיטעקטן, מאגאזין ארבייטער, און דאקטוירים, דורך ספעציעלע פראגראמען וועלכע וועלן זיין געצילט צו העלפן די באנוצער זיך באדינען דערמיט אין א וועג אז עס זאל גרינגער מאכן די ארבייט.

בילד: גוגל ברענגט צוריק א פארבעסערטע ווערסיע פון אירע ׳אויגן-גלעזער׳

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל