אין די לעצטע טעג זענען נפטר געווארן צוויי גאר חשובע רבנים וועלכע האבן געשפילט א ראלע אין די רבני׳שע וועלט פון אייראפע די לעצטע צענדליגע יארן, אין ארץ ישראל איז נפטר געווארן דעם שבת הגאון רבי אליהו שטערנבוך ז״ל, לאנגיעריגער דיין וראב״ד אין קהל מחזיקי הדת אין אנטווערפן, וועלכער איז נפטר געווארן אין עלטער פון 86 יאר, הרב שטערנבוך איז געווען א תלמיד פון הגאון רבי משה שניידער ז״ל און אן איידעם ביי כ״ק בעל מקור ברוך מסערעט זצ״ל. טויזנטער יוצאי אנטווערפן און מעריצים בראש פון גדולי ישראל האבן באגלייט זיין מיטה אין ירושלים זונטאג נאכט. 

היינט האט מען ווידער אויפגענומען א שווער בשורה מיט די פטירה פון דעם לאנגיעריגער רב און מנהיג פון די קהלה אין ציריך הגאון רבי משה חיים שמערלער ז״ל אב״ד מחזיקי הדת פון די זקני הפוסקים בדורנו, א נאנטער תלמיד פון הגה״ק מטשעבין זצ״ל, דער רב האט לעצטנס געוואוינט אין ירושלים, און זיין לווייה גייט היינט ארויס פון די טשעבינער ישיבה.

בילד: נפטר געווארן הגאון רבי אליהו שטערנבוך זצ"ל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל