א פרישע אנקעטע צייגט אז די פאפולאריטעט פון גאווערנער קאומא איז דראסטיש געפאלן אין די לעצטע מאנאטן, בלויז 52 פערצענט ניו יארקער האבן א גונסטיגע מיינונג איבער אים, אראפ פון א שטארקע פאפולאריטעט ראטע אין פעברואר אין וועלכע ארום 61% האבן געהאט א גונסטיגע מיינונג איבער דעם גאווערנער, און בלויז ארום 43 פערצענט האלטן אז ער טוט א גוטן ארבייט אלס גאווערנער, אראפ פון 51 פערצענט וועלכע האבן אזוי געענפערט אין מאי.

די אנקעטע דורכגעפירט דורך ׳סיענע קאלעדש׳ טוט אונטערשטרייכן א שטארקע אויבערהאנט וואס דער גאווערנער האט מיט איינוואוינער פון אפסטעיט, און נידריגערע ציפערן צווישן סיטי איינוואוינער און האבן געפונען אז די הויפט פאקטאר וואס טוט שאטן פאר׳ן גאווערנער איז די צובראכענע סאבוועי סיסטעם, די אנקעטע צייגט אז אזויפיל ווי 59 פערצענט פון איינוואוינער אין די סיטי האלטן אז ער איז פאראנטווארטליך פאר די קריזיס פון די סאבוועי און אז ער טוט נישט גענוג עס צו לעזן, די אנקעטע צייגט אז אויב וואלט די וואלן פארגעקומען היינט וואלט ער געהאט א 50 פערצענט שאנס פון פארלירן, ניו יארקער זענען געווען אייניג צוטיילט אין די אנקעטע אויב זיי וואלטן אים געגעבן נאך א טערמין.

בילד: פראבלעמען מיט די סאבוועי טוט שעדיגן ווידערערוויילונג שאנסן פון קואמא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל