די פרא-רוסישע רעבעלן אין מזרח אוקראינע האבן געמאלדן אז זיי וועלן אינגיכן דערקלערן זעלבסטשענדיגקייט, און וועלן גרינדען א אייגן לאנד וואס וועט זיך אפטיילן פון אוקראינע וועלכע זיי באצייכענען אלס א ׳דורכגעפאלענע לאנד׳ די מעלדונג זאגט אז אין די קומענדיגע טעג וועט נאכפאלגן א אפיציעלע רעפערענדום אויף א נייע קאנסטיטוציע, דער הויפט פון די סעפאראטיסטן האט דעקלערט אז די נייע לאנד וועט ערזעצן די צייטווייליגע ׳רעפובליק פון דונעצק׳ און איר ציהל איז צו הערשן אויף גאנץ אוקראינע, און זיך אנשליסן אלס זעלבסשטענדיגע טעראטאריע אינעם רוסישן רעפובליק, די סעפעראטיסטן האבן אן אויטאנאמיע אויף עטליכע שטעט אין מזרח אוקראינע זינט די שטילשטאנד אין 2015, עס איז מעגליך אז די היינטיגע מעלדונג וועט ווידער אויפפלאמען דעם קאנפליקט וועלכע האט שוין אומגעברענגט מער פון 10,000 מענטשן אין מזרח אוקראינע.

בילד: פרא-רוסישע סעפעראטיסטן פראקלאמירן גרינדונג פון ״ניי-רוסלאנד״

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל