דיפלאמאטישע קוועלער האבן ארויסגעגעבן פאר די מידיע אז אין זיין באגעגעניש מיט׳ן פראנצויזישן פרעזידענט עמנואל מאקראן דעם פרייטאג, האט דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו אויסגעדריקט סקעפטיציזם איבער די מעגליכקייט פון פרעזידענט טראמפ צו ברענגען צו א דורכברוך אין די שלום פראצעס צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער, לויט אינערליכע באריכטן פון די געשפרעכן האט מאקראן איבערגעגעבן פאר נתניהו אז ביי די פארלאפענע באזוך פונעם אמעריקאנער פרעזידענט איז אויסגעשמועסט געווארן די היסטארישע געלגענהייטן צו שליסן א שלום אפמאך צווישן מדינת ישראל און די אראבישע לענדער און גלייכצייטיג לעזן דעם פאלעסטינער קריזיס.

לויט די באריכטן האט נתניהו געענטפערט פאר׳ן פראנצויזישער פרעזידענט אז עס ״איז מער קאמפליצירט ווי פרעזידענט טראמפ קלערט״ און אז ער זוכט צו פאראויסברענגן א שלום מיט די אראבישע לענדער אפגעזען וויאזוי עס אנטוויקלט זיך די פאלעסטינער פראבלעם, מאקראן האט דערויף געענטפערט אז עס איז טאקע קאמפליצירט אבער ״דו מאכסט עס נאך שווערער מיט׳ן בויען זידלונגען״ און ווידערהאלט פראנקרייך׳ס שטעלונג קעגן סיי וועלכע מדינת ישראל זידלונגען אין די אקופירטע געביטן.

בילד: נתניהו דרוקט אויס סקעפטיציזם איבער פרעזידענט טראמפ׳ס פלענער אין מיטל מזרח

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל